היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » דארף מען טיפן א דעליווערי בוי, קאר סערוויס, א.א.?

דארף מען טיפן א דעליווערי בוי, קאר סערוויס, א.א.?

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2204145

לאוולי » 10/5/2007 23:49

היינט אינעם אשת חיל צעטל איז געווען די נייע סורוועי, וועגן געבן טיפס פאר די דעליווערי גוים:

 

א ווילדע קלאפ איך הער אויפן טיר,

א שווארצע ערל שטייט פאר מיר,

דאס איז די גראסערי ארדער טוט ער מיר ערקלערן,

און מיט כעס, טוען די באקסעס אפגעלאדענט ווערן,

אויף מיין קליינע טיפ געט ער א קוק,

און ווילדערהייט, ווארפט ער מיר עס אין פנים צוריק.

האלט איר טאקע אזוי,

אז מען דארף געבן א טיפ פארן דעליווערי גוי?


פון די וועג ווי זיי לייגן די סורוועי קען איך זיך פארשטעלן אז אויך זייער ענטפער גייט זיין די זעלבע, אז ערגעץ ארום 70, 80 פראצענט וועלן ענטפערן אז זיי האלטן אז מען דארף נישט געבן א טיפ...

און וואס איז מיט געבן א טיפ פארן קאר סערוויס דרייווער?

אסאך מענטשן מיינען אז נאר פאר גוים דארף מען געבן א טיפ און פאר א איד נישט. איך האב אמאל געארבעט מיט גוים און מען פלעגט געבן פאר די גוים טיפס ווען איך האב נישט געזען...

 

Baachi » 11/5/2007 00:13

איך מיין אז א גרויס חלק דעליווערי שקצים ארבעטן נאר פאר טיפס.



ROCKLAND » 11/5/2007 00:20

בקיצור, וויבאלד אין אמעריקא איז שטארק איינגעפירט דאס גיבן טיפס, סיי פאר א דעליווערי מאן און אוודאי פאר א טעקסי, דעריבער איז א קידוש ה' ווען א איד גיבט א טיפ בסבר פנים יפות, נישט קיין חילוק וויפיל מ'קען געבן, אבער נישט גיבן איז אפשר גאר בגדר חילול ה'.

עכ"פ, א דאנק דארף מען זיכער געבן.

elmonsey » 11/5/2007 00:24

לויט ווי איך הער פין אסאך מענטשן זיי געבן בעיקר פאר ימים טובים וואס דעמאלטס האט מען ריזיגע ארדערס חוץ פין דעם ס'איז א גרויסע קידוש ה' 

_________________

Support our troops

לאוולי » 17/5/2007 17:16

די רעזולטאטן פון לעצטע וואך:

63 זאגן מ'זאל יא געבן טיפס.

37 זאגן אז נישט.

פארוואס יא?

1 מנהג אמעריקע.

2 פאר איין באקס פופציג סענט, פאר פיר באקסעס אויב מ'געט אונטער א דאלער ווארפן זיי עס צוריק.

3 ער זאל באקומען שכר אויף דער וועלט.

4 צער בעלי חים איז אויך אויף מענטשן.

פארוואס נישט?

1 זיי באקומען באצאלט פון זייער בעלי בתים. אפשר זאל איך טיפן אויך די יו פי עס דרייווער?

2 הלכה'ידגע שאלה פון געבן א מתנה פאר א גוי.

3 ענדערש טיפן אידן.

4 מיין גראסערי שרייבט אז ער האט פרי דערליווערי.