נעכטן ל"ג בעומר נאכמיטאג איז פארגעקומען א באגעגעניש צווישן דער קלויזענבורגער און מהר"א מסאטמאר.
עס איז פארגעקומען ביים הכנסת ספר תורה פון הרב גאלדבערגער רב פון בוקאווסק אין בארא פארק (אויף 59'טע סט.) (איידעם פון ר' שלמה באבובער זצ"ל), ווי אלע רבנים פון שטאט האבן זיך באטייליגט ביי די מעמד כתיבת ספר תורה, ובתוכם די קלויזענבורגער און רבי אהרן, ווי זיי האבן זיך צוזאמגעטראפן און געגעבן די הענט איינער פארן צווייטען, און געפרעגט איינער פונעם אנדערען וואס מען מאכט, און צום סוף ווען דער קלויזענבורגער האט פארלאזט די פלאץ האט ר' אהרן זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און נאכאמאל געגעבן די האנט פארן קלויזענבורגער, צוזאגענדיג "מיר זאלן זיך נאך טרעפן אויף שמחות אי"ה", און זיי האבן זיך געזעגענט.
[קרעדיט: בחדרי חרדים]
_________________
הכל שריר וקיים