היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס מיינט "MPEACHW"?

וואס מיינט "MPEACHW"?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2201061

שמש_דמתא » 6/5/2007 10:10

וואס באדייטן די אותיות?

פאר מיך וואלט עס געמיינט עפעס וואס האט צו טון מיט א פיטש. אבער פאר צוויי משוגעים אין סאוט דאקאטע מיינט עס גאר אסאך, און יעצט איז שוין די סטעיט אויך אינוואלווד, און קען גאנץ מעגליך נאך אנקומען ביזן סופרים קאורט...

אלזא עפעס א משוגענער האט געמאכט די לייסענס פלעיטס, וואס דארף זיין א רוף צו אימפיטשן דעם פרעזידענט (W...), און א צווייטער משוגענער האט באשלאסן אז זיי ביידע קענען באקומען פובליסיטי פון די מעשה, און ער האט אריינגעגעבן א פארלאנג צו די סטעיט מאטאר וויקעלס דיפארטמענט אז מזאל עס צוריקרופן.

די סטעיט האט אויפגענומען די פארלאנג מיט די גרעסטע מאס ערנסטקייט, און זיי סטראשענען מיט ארעסט אויב זי געט נישט צוריק די לייסענס.

שמש_דמתא » 9/5/2007 03:10

יעצט קומט די געוואלדיגע גוטע בשורה אז די מאטאר וויקעלס האט זיך געבראכן, און זיי גייען יא לאזן האלטן די לייסענס קעגן בוש...

און נאכדעם וועלן ענק פרעגן פארוואס זאכן נעמען אזוי לאנג צו ערלעדיגן ביי מאטאר וויקעלס.

משוגעים