היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » דף היומי הייבט אן מסכת יבמות דעם שבת ק' פ' אמור

דף היומי הייבט אן מסכת יבמות דעם שבת ק' פ' אמור

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2200247

זאב58 » 4/5/2007 17:46

מען הייבט אן חמש עשרה נשים פוטרות צרותיהן מיט דעם זאל מען זוכה זיין אפ צופטר'ן אלע צרות.

כאפט זיך מיט מיט'ן דף, א טאג אויף אמאל,

עצה טובה: לערענט יעדען טאג דעם בלאט פונעם טאג, עס איז נישטא אזא זאך ווי זיין צוריקגעבליבען, אזוי וועט איר מצליח זיין און נישט ארויספאלען, אויב עס בלייבט צייט קען מען משלים זיין די אויסגעלאזטע.

בדוק ומנוסה.

shia550 » 4/5/2007 23:02

מען האט קוים אנגעהויבן אין שוין ענדיגט מען מועד.

עס איז ממש א הזדמנות זיך מיטצוכאפן מיט סדר נשים.

אבימלעבט » 5/5/2007 01:41

ברכות = 63 בלאט
שבת = 156 בלאט
עירובין = 104 בלאט
פסחים = 120 בלאט
שקלים = 21 בלאט
ראש השנה = 34 בלאט
יומא = 87 בלאט
סוכה = 55 בלאט
ביצה = 39 בלאט
מגילה = 31 בלאט
תענית = 30 בלאט
מו"ק = 28 בלאט
חגיגה = 26 בלאט

794 בלאט !!!!!!!!!!

לאוולי » 9/5/2007 19:38

זאב?

ביסט די זעלבע זאב וועם איך האב געזען ביי א אנדערע פארום?

קוק נאר אן.. ער האט זיך גענומען לערנען דף היומי..........

אפשר נאר יבמות?  

EMT » 9/5/2007 20:34

א ליידיגגייער האט זיך קנאות'ט אויפ'ן הויכן קול אקעגן לערען די "טריפה'נע" דף היומי, האט זיך א קנאי'שע רב אנגערופן, דער אויבערשטער איז מסכים דו זאלסט אפילו נכשל ווערן אין חטא פון "דף היומי", אבי דו זאלסט עפענען א אידיש ספר...