טייערע באס דרייווער,
מיר טוען זייער שעצן אייער ארבעט, וואס איז נישט פון גרינגע. עס איז זייער אן אחריות'דיגע עבודה, מען דארף האבן די אויגן אויף אלע זייטן פונעם גרויסן באס, און אפילו דאן דארף מען גרויס רחמי שמים אז עס זאלן נישט פאסירן די שיער נישט עקסידענטן.
איר טראגט אונזערע שעפעלעך אין חדר. נישט אלעמאל זיצן זיי איין. קינדער זענען אפט מאל אומ'דרך ארץ'דיג, און עס קען זיין שווער צו האנדלען מיט זיי.
איר ווערט נערוועז ווען א קינד איז נאכנישט גרייט, אדער איז פארשפילט, און איר ווילט נאך כאפן דעם גרינעם לאמפ.
מיר פארשטייען דאס אלעס.
איין זאך וואס מיר פשוטע דרייווער האלטן אז עס איז נישט יושר מצדכם איז אז איר קענט האבן א שורה פון קארס, באסעס וכו', וואס יאגן זיך צו דער ארבעט, און אנשטאט אדורכלאזן די פאר קארס, שטעלט איר אן די רויטע לעמפעלעך און איר פילט אן דעם באס, וואס קען נעמען א שיינע פאר מינוט.
מיר זענען מכיר טובה פאר אייער איינזעעניש.