יעקעלע די רעדסט אויף פייער און אויף וואסער, איין תגובה שטימט נישט מיטן צווייטן.
קודם שרייבסטו "באמת בין איך א אהרוני דורך אין דורך,
איך בין מיך משתתף ביי כמעט אלע מסיבות, איך פאר אפילו פון מאל צו מאל
קיין קרית יואל אויף א שיינעם שבת אדער יום טוב, איך בין מיך משתתף מיט געלט
צו אלע ערליכע סאטמארע צוועקן, אדני קודש, אבני חסד, ישיבה הגדולה
בקרית יואל, מוסדות ייטב לב בארה"ק, וכו'"
נאכדעם שרייבסטו "ס'איז מיר זייער שווער, אלץ איינער וואס דרייט זיך מיט די סאמע
גרעסטע זאלונישע קנאקערס, איך הער זייער אסאך און זעה אסאך
אבער איך דארף מיך זייער וואטשן נישט געכאפט צו ווערן אלץ שפיאן"
א שפיאן וואס וואטשט זיך זייער איז זיך נישט משתתף אין אלע מסיבות און גייט נישט אויף שיינע שבתים צום קעגנער. דריי נישט קיין קאפ.
די שרייבסט אויך אז "עם כל זה גלייך איך צו זיין
ביי די זאלונים'ס מסיבות, קודם איך האב היפש חברים וואס באלאנגען אהין,
אין צווייטענס, והוא העיקר, אינו דומה שמיעה לראי'"
שפעטער שרייבסטו "ס'איז מיר זייער שווער, אלץ איינער וואס דרייט זיך מיט די סאמע
גרעסטע זאלונישע קנאקערס"
קודם כל, פארוואס רעכענסטו נישט אויס די וויכטיגסטער סיבה פארוואס די קומסט צו די 'זאלונישע' מסיבות, פשוט ווייל די מוזט קומען זייענדיג אן אינסיידער וואס דרייט זיך מיט די גרויסע קנאקערס פון די פארטיי??
נאכדעם, עס איז אינטערעסאנט ווי פון איין תגובה צום צוויטן איז עס געוואקסן פון "איך האב היפש חברים וואס באלאנגען אהין" ביז "אלץ איינער וואס דרייט זיך מיט די סאמע גרעסטע זאלונישע קנאקערס"
נאר וואס דען לכאורה איז דיין ערשטע תגובה געבאקן געווארן פאר פסח און דער צווייטער נאך פסח.
און דעם אנדערען אשכול בנוגע דעם שיינעם שבת אין בארא פארק שרייבסטו "א אהרוני קען זיך נישט פארשטעלן
פאר א זאלוני, ס'ארבייט פשוט נישט, ס'שטייט עם פשוט נישט גיט"
און דא שטעלסטו זיך אוועק אלס דער גרויסער ארונישער שפיאן וואס לעבט פארשטעלט צווישן "די סאמע
גרעסטע זאלונישע קנאקערס"
דזשאן קערי איז געווען א קלענערער פליפּ פלאַפּער פון דיר!
און יעצט צום עיקר פונקט, פון איין זייט האסטו דיין רבי'ן רב אהרן פון וועם די האלטסט וועלטן, א חסיד זיינער "א דורך און א דורך" די גיסט אוועק דיין געלט (ביי זיינע מסיבות) און דיין צייט (דא) פאר איהם. און די שטאלצט זיך מיט איהם און מיט זיין פארטיי.
פון די אנדערע זייט איז רב זלמן לייב וועם די קענסט נישט ליידן, די רופסט איהם אן כסדר מיט שמות של גנאי ווי גנב, עם הארץ, פיקטשער רבי ועוד
אויך שרייבסטו כסדר וויצן אויף איהם אדער ביסטו מוציא שם רע אויף איהם.
אבער ווי אזוי פירסטו דיין (עפענטליכער) לעבן?
ווער האט דער השפעה אויף דיין (עפענטליכער) לעבענס שטייגער?
רב אהרן אדער רב זלמן לייב?
פארוואס לעבסטו אינטער א שלייער ווען עס איז זייער קלאר אין דיין מוח דעם דרך אשר ילכו בו??
"לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי"