היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רבבות ביים געהויבענעם שב"ק אין בארא פארק

רבבות ביים געהויבענעם שב"ק אין בארא פארק

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2197200

אידעלע » 29/4/2007 23:28

ס'איז פשוט נישטא די ווערטער צו באשרייבן דעם געהויבעעם הייליגן שבת קודש, בצילא דמהימנותא פון רבינו שליט"א אין בארא פארק.

אנגעהויבן פון פרייטאג צו נאכטס ביים דאווענען, די לעכטישע הייליגע טיש, ליל שב"ק, די רבבות מענטשן, די גדולי הדור וואס זענען געקומען לחסות בצילא של רבינו שליט"א, די דאווענען בייטאג, די געהויבענע עת רעווא דרעווין, ביי שלוש סעודות.

ועל כולם דער מעמד נכבד ונשגב, פון די הנחת אבן הפינה און נאכדעם דאס באגלייטן וואס איז געווען א מעמד אדיר וואס בארא פארק האט נאכנישט געזען.

איך האף צו ברענגען עטליכע בילדער שפעטער

אידעלע » 30/4/2007 00:03

א חלק פונעם הערליכן ציבור ביי שלוש סעודות

[בילד – נישט אפגעהיט]

נאך א בילד בשעת די דברות קודש
[בילד – נישט אפגעהיט]

בשעת די דברות קודש פון רבינו שליט"א

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

באלד וועל איך אי"ה ברענגען נאך עטליכע בילדער, את אשר הגיעה לידי.
פון הבדלה און אי"ה פון די הנחת אבן הפינה ועוד

יענקעלע11 » 30/4/2007 00:37

אידעלע,
האו האו, ס'טיט וויי די אויסגעצויגענע פנימער פון דיינע רבבות,
בכלל, אפשר קענסטו מיר זאגן פארוואס דיין בהיימעניסע קען נישט
צושטעלן א פאטאגראף מאשין וואס כאפט קלארע בילדער,
האט דאס אפשר צוטון מיט די דאפעלטע יאנקעלע גליק?

משמשבקודש » 30/4/2007 00:45

אידעלע,
ווי עס קיקט אויס
האט ער דאך יא געהאט מער ווי ר' דוד בעריש אין ב"פ....................

אידעלע » 30/4/2007 00:47

פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט
און אויב די וועסט שרייען געפעלשט, געצויגען, געשטיקעלט, געשמיקעלט, און דאפעלט,

לייגט זיך ביטע אין בעט און חלום אז רבינו שליט"א איז בכלל נישט געווען אין בארא פארק.

ארגינעלער » 30/4/2007 00:51

דער הייליגער קאמארנער צדיק, מיט רבי ר' מאיר'ל ראטה...

אזש, וואס מיר האבן פארפאסט???

אידעלע » 30/4/2007 01:06

עטליכע בילדער פון די הנחת אבן הפינה, פון דעם בית המדרש הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר בארא פארק
שיבנה אי"ה בקרוב.

א טייל פונעם ריזיגן ציבור כ"י



[בילד – נישט אפגעהיט]


א בילד פון די בימת הכבוד

[בילד – נישט אפגעהיט]

א בילד פון  רבינו שליט"א און די רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א
מ'זעט הגה"צ רבי יעקב יוסף ה"ש שליט"א און הגה"צ מפאלטישאן שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]

באלד האף איך אי"ה צו ברענגען נאך בילדער בל"נ

אידעלע » 30/4/2007 01:21

הגה"צ קארלסברוגער רב שליט"א

[בילד – נישט אפגעהיט]

נאך פונעם ציבור
[בילד – נישט אפגעהיט]

עפעס זעה איך זענען די חארונים שטיל געווארן, זיי האבן עפעס פארלוירן ס'לשון
געפעלשט... געשטיקעלט... הייבטס אן ביטע

[בילד – נישט אפגעהיט]

יענקעלע11 » 30/4/2007 01:33

אידעלע,
פון טיפן הארץ טוהן מיר דיר דאנקן, דו האסט ארויף געברענגט
א שמייכל אויף מיין געזיכט, אידעלע דאנקע שיין דאנקע שיין
פאר די שיינע קלארע בילדער ווי מען זעט אז זלמן לייב האט
געהאט ביים אבן הפינה עטליכע הודערט קינדער מיט בחורים
און אפאר צענדליגע בעלי בתים, יא, איך בין שטאלץ מיט דיינע בילדער,
זאל די וועלט זען אז זלמן לייב האט א גרעסערן עולם פון מאטל שטיין,
שיין דערלעבט...

אידעלע » 30/4/2007 01:36

רבבות ביים באגלייטן רבינו שליט"א צו די אכסניא

[בילד – נישט אפגעהיט]

נאך פונעם באגלייטן, אנשי שלומינו אין די צענדליגער טויזענטער כ"י

[בילד – נישט אפגעהיט]


רבינו שליט"א ביים אנוואונטשען א גוטע וואך
[בילד – נישט אפגעהיט]

א קלארער בילד
[בילד – נישט אפגעהיט]



hotwire » 30/4/2007 02:11

וואס איז משה גבאי אזוי פארכמארעט דארט

און וואס איז געווען אזא גיטס אז רז"ל מיט רח"ד קאטץ לאכען אזא גיטס

_________________

נאר_אזוי1 » 30/4/2007 06:44

איך האב באמת נישט קיין סאך צייט, אבער איך מוז ארויסברענגען ברבים די שבח והודאה פון סאטמארע חסידים נאך אזא אויסטערליש געהויבענע שבת.
סאיז נישט נאר די טויזנטער סאטמארע חסידים פון גאנץ ניו יארק, די טויזנטער חסידים פון בארא פארק, די הונדערטער איידעלע ערליכע בחורים, די חשובע רבנים ובראשם די דיין שליט"א, די ריזיגע פלאץ וואו מגייט אויפשטעלן די הערליכע ביהמ"ד, און אלעס.
די עיקר וואס האט מיך און יעדעם איינעם אזוי שטארק געפרייט איז געווען צו זען דעם רבין שליט"א, די איידלקייט, די קדושה, די דאווענען, די תורות, די הכנעה פאר יעדן ערליכן איד און די גאלדענע סבר פנים יפות מיט וואס ער האט יעדעם באגריסט, ממש נישטא קיין ווערטער.

נישט אומזיסט האט מען געזען אזויפיל טויזנטער און טויזנטער אידן זיך מיטפרייען ביי די הנחת אבן הפינה צו די גרעסטע סאטמארע שול אין ב"פ, וואס וועט זיין א כבוד און שטאלץ פאר סאטמאר און רבינו שליט"א און אלע חסידים!
נישט אומזיסט האט מען געזען די פרייליכע פענימער ביים עולם היינט צופרי וואו מגייט און משטייט!
נישט אומזיסט האבן אידן מנדב געווען די ריזיגע סכום פון איבער 3 מיליאן דאלער אין איין שבת אליין צו באצאלן די אויפבויען פון די בית המדרש הגדול פון סאטמאר אין בארא פארק!

ורוח הקודש אומרת כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ!

hotwire » 30/4/2007 20:05

אידעלע,  איך האב אלע בילדער וואס די האסט ארויף געלייגט געסעיווט תיכף ומיד, מען האט גארנישט אראפגענומען, אדרבה לייג ארויף נאכאמאל וואס מען האט לשיטתך אראפ גענומען

_________________

יוסף90 » 30/4/2007 20:28

וועמען וויסטו פאפן, די ווייסט דעם נישט אז אידעלע איז אן אהרוני.

גאסט » 30/4/2007 21:11

יוסעלע, א גוט יאר, ברוך מחיה המתים

קענסט מיר אפשר ענטפערן וואס איך האב דיר געפרעגט?

האט דיין רבי מתיר געווען אינטערנעט?

וואס טוט זיך מיטן פקודתו שמרה רוחו?

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2052396

אידעלע » 30/4/2007 22:38

איך האב נאך בילדער ארויפצולייגן, גאר גוטע קוואליטעט.
כאטש איך בין זיכער אז ס'וועט עפעס "מיסטעריעז" אראפפליען... דורך די אימפארטייאישע מנהלים.

hotwire » 30/4/2007 22:50

יוסעלע ביי אונז זאגט מען I FEEL YOUR PAIN

אידעלע אדרבה לייג ארויף די בילדער אדער שיק מיר אין אישית און איך וועל דאס ארויף לייגען

קיינער האט דיינער בילדער נישט אראפגענומען

_________________

allgood1s » 30/4/2007 23:02

Welcome yosef90! It looks like since klatzkin is in hospital you have more time to write here... Now since yidala is a aroni can you please bring the "REAL" pictures?

גאסט » 30/4/2007 23:05

אזוי ווי יוסעלע קען נעבעך נישט קיין ענגליש, נאר וואס מען טייטש אים איבער, וועל איך איבערטייטשן וואס allgood1s שרייבט

ברוך הבא יוסף90, עס קוקט אויס זינט קלעצקין איז אין שפיטאל האסטו מער צייט צו שרייבן דא. און יעצט וויבאלד לויט דיר איז אידעלע אן אהרוני, ביטע לייג ארויף די "עכטע" בילדער

ספוט » 1/5/2007 17:10

ביי וועלעכע רבנים איז רבינו געווען באזוכען אין בארא פארק?????

hotwire » 1/5/2007 19:23

כ"ק אדמו"ר מצאנז גריבוב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מפאלטיטשאן שליט"א (שטיין -49)
גאב"ד ויזניץ מאנסי בארא פארק
כ"ק אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א

קושקע » 1/5/2007 20:29

מאטיל שטיין?? WOW, דאס איז א שאק...

איך האב נאך..

כ"ק גאב"ד סיגעט בארא פארק
הגה"צ רח"ד כ"ץ, חבר ביד"צ קהל יטב לב

ווער נאך...

יענקעלע11 » 1/5/2007 20:37

ובראשם דער קאמארנער רבי הגאון הצדיק הקדוש והטהור
מורינו רבי ברוך מרדכי לעבאוויטש שליט"א

hotwire » 1/5/2007 20:50

יענקעלע ביז ליגענט
רבינו הגרז"ל שליט"א איז אויסדריקלעך נישט געווען באזוכען ביי האדמו"ר  מקאמארנא שליט"א

ס'איז טאקע א גרויסע תמיה, למה נגרע

זשוליאני08 » 1/5/2007 20:54

מוצאי שבת קודש רז"ל מיט אברהמי לעפקאוויטש

[בילד – נישט אפגעהיט]

יענקעלע11 » 1/5/2007 21:00

הייסווייער,
ענטשולדיג, איך האב עס געשריבן מיט א פראגע ניגון,
די פראגע צייכן האט זיך פשוט פארגליטשט.

העטעכפעטעך » 1/5/2007 21:55

דאס איז שוין א שגץ שטיק א אינסיידער זאל זיך טרויען צי כאפן אזא בילד ווי דאס פאגרעבטקייט שרייט ארויס (ואכמ"ל) אין איבער געבען אין די הענט פון די ארונים??

UNBELIVEBEL

yosefelye » 1/5/2007 22:10

וואס מיינט איר וואלט געווען ווען דער בירך משה זצ"ל זעהט זיין זון ארום פיסטעווען די צייט אין גארטן מיט ווראמי לעפקאוויטש, וואס מיינט איר וואלט ער געזאגט דערצו?, און דער שפילט רבי, וויאזוי האט ר' זלמן לייב געזאגט? אוי לה לאותה בושה ואוי לה לאותה כאלימע...

זשוליאני08 » 1/5/2007 22:15

ער איז דער איידעלער...

נאט אייך.... זאלונים

[בילד – נישט אפגעהיט]


ערב פסח ווען יעדער איז טרוד מיט מצות מצוה איז ער ביזי מיט א דזשאמבאו בעכער...

נאט אייך זאלונים...

[בילד – נישט אפגעהיט]

שחמט » 1/5/2007 22:23

בארוהיגט אייך ארונימס איך זע נישט דא קאן שום פראבלעם, דער רבי האט אראפ געלייגט א עבודה רבה דעם שבת 5 מאל געזאגט תורה געהאלטן א שיינע דרשה געפירט טיש פראטיג צונאכט אין שלש שידעס, איז ער נישט ענטייטעלט זיך אפרוען אביסל, מה כל הרעש איר מאכט אזא געוואלד, דע קנאה פרעסט ענק אויף,  

העטעכפעטעך » 1/5/2007 22:31

שחמט תיקון טעות
די קנאה פרעסט אים (זאלין) אויף

אידעלע » 1/5/2007 22:32

איך האב אסאך מגיב צו זיין דא אויף די טיפשותדיגע תגובות פון די ארונים, אבער צוערשט לאמיך רעדן צו יוסף90. ער האט גערעט אין פאבליק, שטאטס אין תיבה אישית, וועל איך אויך רעדן אין פאבליק.

איך האב שוין געשריבן די ווערטער צו דיר אייערנעכטן, אבער די מנהל האט עס אויסגעמעקט צוזאמען מיט דיין גאנצע אשכול.

יוסף, איך מיין אז קיינער האט נאכנישט געמאכט אזויפיל שאדן פאר אונז ווי דו מיט דיינע געבעקסן אויף היידפארק, וואס די ארונים פלעגן אלעמאל נוצן חוזק צו מאכן פון אונז. איך האב געקענט טויזנט און איין מאל שרייבן אז דו ביסט א ארוני, ווייל דו רעדסט אזעלכע געפערליכע שטותים.

יעצט למעשה, איך שרייב אויף הייד פארק א לאנגע צייט פאר דו האסט אנגעפאנגען צו שרייבן (נאך פון די צייטן פון חדשות בורו פארק) און סגייט מיר גאנץ ווייניג אן צו דו שרייבסט אויף מיר ארוני, ווילאנג איך ווייס די אמת ביי מיך. אזויפיל וויל איך דיר זאגן: זיי נישט קיין שוטה, איך האב נישט אויסגעצויגן קיין שום בילד, די בילדער זענען ביי דיפאלט געווען גרויס און איך האב עס אזוי באקומען אין אי מעיל, אזוי ווי יעדע בילד קוקט אויס ווען מען לייגט עס אריין אין קאמפיאטער. ביי אנדערע פארומס ווערן די בילדער אטמאטיש קליין ווען מען לייגט עס ארויף. וואס זאל איך טאן אז די צוריקגעשטאנענע היידפארק מאכט נישט קליין די בילדער?

דאס איז מיין לעצטע ווארט צו דיך. פון יעצט אין ווייטער קענסטו שרייען ארוני שמארוני, איך דערשרעק מיך גאנץ ווייניג, אבער איין זאך קען איך דיר יא זאגן, אז די נעקסטע מאל וואס איך זע א ארוני וואס באלעקט זיך די פינגער מיט דיינע שטותים, וועל איך שרייבן אז יוסף90 איז א ארוני וואס וויל אז מען זאל מיינען אז ער איז א סאטמארער חסיד, אין וועגן דעם רעדט ער ווי אזא פערד.

איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...

זשוליאני08 » 1/5/2007 22:48

על כגון הא אומרים בינינו...
אבי נישט צווישן אידן...

שחמט » 1/5/2007 22:48

אידעלע!!! 
גיט געשריבן,!!!

  

יכול » 1/5/2007 23:00

איינער האט מיר יעצט אריינגעשיקט א קליפ פון די שבת אין ב"פ.

http://www.gigasize.com/get.php/1258574/satmar_Rebbe_in_BP_2007.wmv

Mench » 1/5/2007 23:46

אקעי

ענדליך זעהט מען עפעס א געהעריגע פיקטשער פינעם שבת אין ב"פ מיטן גאון העם הארצים

מיינע תגובות,

ווער עס פארשטייט אביסעל צו ספעיס מעזשערמענטס ביי רבישע מסיבות, איבערצייגט זיך דא קלאר אז באמת איז עס א קליינע טענט

ביים חנוכת הבית ווייזט מען נישט קיין קליפ פונעם עולם, נאר פיקטשערס

ווער עס קען אביסעל די קינץ פון פיקטשערס פארשטייט גוט פין די פיקטשער וואס מען האט דארט געטוהן, און מיט אביסעלע א גוטען בליק זעט מען דעם "ריזיגען" עולם

ביים באגלייטען זעהט גראדע יא אויס אז אלע בחורים פון בארא פארק זענען זיך צוזאמגעלאפען

אבער אויך דארט פארט נישט די קעמרע ארויס פון א שטח מער ווי א צוויי דריטעל בלאק



_________________

verbeenich » 2/5/2007 00:09

בלע"ז זאגט מען
eat your heart out

_________________

זשוליאני08 » 2/5/2007 00:21

[בילד – נישט אפגעהיט]

דא ליגט שוין די נייע שול בהודו והדרו

[בילד – נישט אפגעהיט]

 

מבני_בניו » 2/5/2007 00:59

הערטס אויף ענק נאריש צו מאכן, ער האט געהאט א הערליכע ציבור, אזויווי יעדעס מאל וואס ער מאכט א טראסק פאר די פיקטשערס.

איך ווייס אז ביי אונז אין סאטמאר איז מען צוגעוואוינט צו האבן מער מענטשן ווען ממאכט א טראסק, פאקטיש אויב וואלט ביי אונז געווען אמאל אזא טראסק און אזא מין עולם וואלט איך און יעדער געווען באמת אנגעזעצט, אבער נאך אלעם פאר אים איז עס א שיינער ציבור.

ענק ווייסן זייער גוט אז ער האט געמאכט א משוגענע פראפאגאנדע פאר די שבת, און ארויסגעשלעפט מענטשן פון איבעראל, ווען מאיז אריין אין די טענט האט א בארא פארקער איד געקענט דארט ווייניגער ווי א דריטל מענטשן. אבער נאך אלעם איז עס א שיינער ציבור, און אזוי קוקט עס אויך אן די גאס.

מיט קומען שרייען אז ער האט נישט געהאט קיין מענטשן קוקן ענק אויס ווי א חוזק, און ענק פארלירן קרעדיביליטי ביי די גאס, לערנטס ענק אויס צו פעיסן פאקטן.

Mench » 2/5/2007 01:13

נאך א באמערקונג

עס איז די צווייטע קליפ פין א חסידות וואס קימט ארויס אין די זעלבע וואך, ווען פון די בעקגראונד הערט מען א טרויעריגען ניגון

פארוואס דארפען די זאליס ארויסגעבען אזא טרויעריגען קליפ ווי די מענדעליסטן?

_________________

משהברוך » 2/5/2007 02:03

איך פיל באמת שלעכט פאר מבני_בניו וואס קוק אויס ווי א נארמאלע ארוני און ער מיינט נעבעך אז ער וועט קענען טוישען די מהות פון די ארונים...

וויל איך דיר זאגען עס איז א שאד דיין צייט די וועסט נישט קענען טוישען אן ארוני..

א נאר בלייבט נאר און א ארוני בלייבט ארוני...

איך מיין איך אמת אאריין קענסטו נישט בלעמען לאמיר זאגען יענקעלע למשל ער איז דאך אליינס דארט געווען..
 
און אז ער זאגט אז עס נישט מער ווי 200 מענטשען (וואס איז 10% פון סאטמאר לויט יענקעלע...) איז נישט געווען מער ווי 200 מענטשען...

און ער זאגט אז דער טענט איז געווען נאר אויף א האלבע לאט איז געווען נאר אויף א האלבע לאט...

און אז דו וועסט גוט קוקען אויף דעם קליפ וועסטו טאקע נישט זען מער ווי 200 מענטשען... הא יענקעלע? דיך ב"ה קען נישט אויספאפען מיט א פאר פיקטשערס אדער קליפס... ווייל דו ביזט דאך אליינס דארט געווען....

ס'איז זייער איטערעסאנט אז די וואס זענען ממש אינגאצען אויסגעשפילט גייען ארום מיט גרויסע שמייכלן אויף זייער פענעמער און די "עכטע" גרויסע" חסידות גייען ארום מיט אראפגעלאזטען קאפ און שרייען און שעלטען "ניין זיי זענען יא אויסגעשפילט"...

_________________

משהברוך » 2/5/2007 02:12

________________

 



תוקן על ידי משהברוך ב- 02/05/2007 2:12:19

פארלעסליך » 2/5/2007 04:01

א קליפ פון די מעמד הנחת אבן הפינה קוקט דאָ 

הגם עס איז זייער נישט פראפעסיאנאל געכאפט, און איז זייער שאקעלדיג, דאך קען מען עטוואס זעהן דערויף צו האבן עפעס אן אהנונג ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט די הערליכע מעמד.
 (איך האף נאר אז מען זאל מיר נישט באשולדיגען לכבוד דעים אלץ אן פארשטעלטער ארוני...)