איך האב אלעמאל געהאלטן אז זשוליאני דארף רוקן בערג אין זיין פרואוו צו געווינען דעם פארמעסט, צוערשט אין די פריימעריס, וואו ער דארף איבערקומען זיין לאנגיעריגן אויפגעשפילטן ליבעראליזם אויף מערערע טעמעס. דערנאך אין די עיקר פארמעסט וואו ער דארף פשוט טון דאס וואס איך זע פאר אים כמעט אוממעגליך: אהערשטעלן א פלאטפארמע.
נעכטן איז פארגעקומען אן אינצידענט וואס איז לדעתי דער ערשטער צייכן פון די אויסטערלישע בערג וואס ער דארף אריבערקריכן. זשוליאני האט דערקלערט ביי א רעפובליקאנער דינער אז א דעמאקראטישער פרעזידענט וועט זיין א קאטאסטראפע פאר אמעריקע ווייל די דעמאקראטן קענען נישט געווינען די מלחמה מיט טעראר. א זאץ וואס האט אויפגעריסן שטורמישע כוואליעס איבער גאנץ אמעריקע.
די ווערטער זענען הויפטזעכטליך געצילט אראפצומאלן זשוליאני אלס ווילדער קאנסערוואטיווער רעפובליקאנער אין די אויגן פון די קאנסערוואטיווע רעפובליקאנער פריימערי וואוטערס. אבער אין מיינע אויגן וועט עס זייער שטארק בעקפייערן טאקע דערפאר ווייל יעדער האט ארויסגעברענגט אז זשוליאני מוז אנטלויפן פון זיין ליבעראלן אימעדזש אין די אויגן פון די קאנסערוואטיוון... דערמאנענדיג יעדן פון זיינע קריטישע ליבעראלע שטעלונגען, וואס אויב די קאנסערוואטיוון האלטן דאס פאר די אויגן איז נישטא קיין שום מציאות אז זשוליאני זאל געווינען די פריימעריס, אפגעזען פון סיי וועלכע אנקעטעס.
וואס האלט איר, האט ער עפעס א שאנס אנצוקומען צום ווייסן הויז?