היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מעזשאר פייט אין קעי.זשעי. ועד הכשרות

מעזשאר פייט אין קעי.זשעי. ועד הכשרות

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2193457

לולא_תורתך » 24/4/2007 01:17

די בעה"ב פון "מזונות מבין", וואס איז שוין אויפגעוויזן געווארן אז מ'קען אים נישט טראסטן קיין שום זאך ביז אפילו התאחדות הרבנים האט געמוזט אראפנעמען זייער הכשר, איז געגאנגען צו ברוך טייטלבוים, די ראשקעבעהאגס איידעם און אים געאפפערט א ריזיגן סכום געלט אויב ער געט די קר"י השגחה אויף די בעקערי.

דערווייל רייסט זיך נאך ברוך ארום מיט די איבריגע איינגעשטעלטע אין ועד הכשרות, ספעציעל הרה"ח ר' בעריש קויפמאן וואס וויל נישט הערן פון געבן א השגחה אויף א מענטש וואס האט שוין מער ווי דריי מאל פארלוירן זיין נאמנות, אבער ברוך קעמפט מיט ציין און נעגל, און סטראשעט ר' בעריש אז ער וועט פליען פונעם ועד.

ס'איז דא ערנסטע שאנסן אז בקרוב וועלן אסאך אידן עסן מפוקפקדיגע חמץ, גראד נאכן עסן מפוקפקדיגע מצה, און אלעס וועגן אפאר דאלער פאר די קעי.זשעי. פאוער פאמיליע.

א מזל פינקל איז דאס נישט בייגעפאלן.


_________________

איזראלי » 24/4/2007 13:38

עס איז טאקע נישטא קיין תורתך וועגן דעם אבדתי בעניי (עני בדעת תורה) .