איך האב דעם שבת אביסל מעיין געווען אין מנהג ישראל תורה איבערן מנהג פון געבאקן נאך פסח, ברענגט ער נאך פון פריערדיגע די מקור אז מען זאל נישט עסן קיין פארקויפטע חמץ ווייל אפשר איז עס נישט פארקויפט כדין.
ער ברענגט אראפ אז די גאנצע מנהג פון ווארטן ביז שבועות שטאמט פון רבי אברהם מסטריטין זצ"ל (אויב איך געדענק גוט). די טעם איז ווייל אין די ימי הספירה דארף מען זיך פירן מער בקדושה ובטהרה, און איה"נ אז להלכה האט דאס נישט קיין שום האפט.
ער ברענגט אויך אז אנדערע האבן אגאנץ יאר נישט געגעסן קיין פארקויפטע חמץ מהאי טעמא.
עס האלט שוין דארט אז אין בקהילה ברענגט ער בשם די עדה החרדית אז די גאנצע קפידא איז גאר א מכשול, א מצוה הבאה בעבירה, ווייל די קאמפאניס ווארטן ביז נאך שבועות ארויסצולייגן די פארקויפטע פראדוקטן, און דאן קען עס שוין זיין ווערעמיג.
http://bh.hevre.co.il/news_read.asp?id=2974&cat_id=1
די גאנצע "געבאקן נאך פסח" סומאטאכע פון די לעצטע צענדליגער יארן, די אלע שווינדלערייען, די אלע כרוזים, קענען לכאורה זייער גרינג געלעזט ווערן דורך איין כרוז פון ערליכע רבנים, אז יעדע גראסערי זאל פארמאגן א בריוו פון זיין רב וואס האט אים פארקויפט דעם חמץ:
"הרינו מאשר בזה שהחמץ של החנות.... נמכר כדת וכדין, ואין שום מקום לחששות אחר חג הפסח" וכדומה.
און די וואס זענען נאך אלץ מפקפק זאל נישט עסן קיין געפאקטע חמץ ביז איבער'ן יאר פסח, אדער ביז זיי וועלן נאכגיין בדיוק ווען קמח קומט אן מיט א פרישע שיפמענט נאך סוכות.