היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מוסרים פאר'מסר'ען זאלונישע כיתה ט' אין בארא פארק

מוסרים פאר'מסר'ען זאלונישע כיתה ט' אין בארא פארק

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2191083

פארלעסליך » 20/4/2007 00:42

נעכטן איז אנגעקומען שטאטישע אינספעקטערס אין די זאלונישע חדר וואס איז איינקווארטירט אינעם אלטען ביהמ"ד אויף 11'טע עוועניו, און אנגעגעבן אז אן אנאנימע רופער האט זיי אריינגערופען אז עס געפונט זיך דא א נישט אויסגעהאלטענע חדר, און זיי האבו אינספעקטירט דאס פלאץ און פארשיקט אלע קינדער פון דארט.

אויפדערווייל האט מען אריבערגעטראגען אלע קינדער קיין ביסטריץ, און עס הייסט אז מען גייט שוין נישט קענען מער נוצען דעים פלאץ צוליב די מוסרים.

_________________

פארלעסליך » 23/4/2007 22:08

נעכטן בין איך פערצופאל אדורךגעפארן דאס פלאץ זעה איך אז מען האט שוין פריש וואנדעליזירט דעים מקום קדוש, מיטן ארונטעררייסען די סיין "קהל יטב לב דסאטמאר" פונעם בנין, מיין חבר אין קאר האט מיר געזאגט אז עס איז וואנדעליזירט געווארן אינמיטען שבת, שומו שמים ווי ווייט דאס גייט!

לכאורה איז עס אן הכנה צום גרויסארטיגען שבת אחרי-קדושים