היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » די שרעקליכע שיסעריי - יד "ישמעאל" באמצע

די שרעקליכע שיסעריי - יד "ישמעאל" באמצע

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2190298

זיידיאנטשי » 18/4/2007 21:00

נישט לאנג נאכדעם וואס די מערדערישע שיסעריי האט אויסגעבראכען אינעם ווירדזשיניע קאלעדזש האב כ'געטראכט און שפאקולירט ווילאנג ס'וועט דויערן ביז ישמעאל וועט אריין קומען אינעם בילד

ס'האט נישט גענומען לאנג...

http://www.theage.com.au/news/technology/ismail-ax-sparks-web-frenzy/2007/04/18/1176696889800.html

דער באריכט וועגן די מאדנע אויפשריפט אויפ'ן מערדער'ס האנט האט תיכף געהאט א מעכטיגן אפקלאנג, יעדער פרובירט אריין צו לערנען פשט דערין, ביז אהער איז די מערסטע פאפולערע טעאריע אז סהאט טאקע געהאט מיט ישמעאל צוטון, נישט מיט ישמעאל'ן אליין - נא, וואס עפעס, נאר מיט זיין "האק" גאר...

אויב איז דאס טאקע דער בעסטער שפעקולאציע, איז דער קאלטבלוטיגער טשא סונג וואו נישט נאר געווען א גרויזאמער רוצח, נאר א פוסטער עם הארץ דערצו אויך!



תוקן על ידי זיידיאנטשי ב- 18/04/2007 21:02:45

קאמענטאטאר » 18/4/2007 21:40

א קורצע פארטייטשונג אין אידיש אויב מעגליך, ייש"כ

_________________

זיידיאנטשי » 19/4/2007 08:04

פארטייטשונג פון וואס? דעם גאנצען ארטיקל?
ס'איז שוין גארנישט אזוי קורץ..

_________________