מיט דעם הייב איך אן א סעריע
אשכולות פון באשרייבן ערליכע אידן וואס האבן געלעבט אין אונזער תקופה, און האבן
זיך געדרייט אויף אונזער וועלט מיטן ציל צו הייבן כבוד שמים און באלייכטן דער
וועלט מיט זייער תורה און צדקות.
ערליכע אידן וואס האבן באלויכטן די וועלט #1
אויב מען זאל מעסטען צו מען קען אנווייזען וואס א מענטש האט אויפעגטועהן אויף דער וועלט און לויט דעם מעסטען האב איך אפאר הצעות:
דער לובאוויטשער רבי געבויט כבוד שמים ווי קיינער נישט פאר אים
הרב עובדיה שליט"א אויפגעשטעלט די ספרדישע הונדערעטער
דער קלויזענבורגער רבי אפגעראטעוועט הונדערטער נאך די קריג און צוריק געשטעלט דעם היימישען ציבור ועוד ענינים נשגבים,
דער בעלזער רב זצ"ל אפגעראטעווט א גאנצע חסידות נאך די קריג [אגב עס איז דא א ליסט פון די בעלזער ישיבה פון תשכ"ד פון ארום 150 בחורים, וואס אלע בלי יוצא מן הכלל זיינען געבליבען ווארימע חסידישע אידן יראים ושלמים.
באבוב'ער רבי זצ"ל, ווישניצער רבי זצ"ל, גערער רבי זצ"ל,
די אלע האבען גענומען אידן אין זיי דערהויבען, אסאך פון קוים שומר שבת צו פולע שומרי תומ"צ,
_________________
ווייסט איינער ווי מען קען באקריגען זיינע טעיפ'ס אויך CD אדער MP3
_________________
דער סאטמערע רבי און דעם ענין פון חסידישע לבוש.
דער צעלעמער און כשרות.
ר' אהרן קאטלער תורה און די ליטע.
תוקן על ידי findodort ב- 16/04/2007 23:57:05
, s , so come to realize, that each and every ovaid Hashem would naturally be on our list of gedolai yisroel, regardless the number of chassidim or talmidim he had ,
ווי אויך האט ער מייסד געווען דעם ערשטן חסידישן שטעטל אין אמעריקא, וואס איז געווען די ערשטע צו טוהן אזא רעיון, און עד היום הזה איז דאס די שענסטע חסידישע שטעטל אין די וועלט, איבער טויזנט משפחות מיטען אריגינעלן חסידישן לבוש, פשוט און איידל, און איבער האלב פון שטעטל בני תורה! בערך זעקס הונדערט כולל יונגעלייט, און נאך בערך הונדערט מלמדים מגידי שיעורים און כלי קודש.
שטארק אנזעבאר דעם גרויסן כח פון דעם גרויסן צדיק זצ"ל, א זעלטענהייט א שטעטל זאל אזוי אויספאלגן די תקנות הישוב אן קיין פראבלעמען, ווער ס'שפירט אז ס'איז אים שווער מופט אוועק און ברעכט נישט איין.
זיעועכי"א
_________________
_________________
נישט קיין ספק שבעולם אז ווען דאס איז אמת איז עס א געוואלדיגע דעגרייכונג.
אפילו עס איז בבחינת חזקיה המלך, ווי די גמרא דערציילט אין כתובות צד:, מה עשה נעץ חרב על פתח בית המדרש ואמר כל מי שאינו עוסק בתורה ידקר בחרב זו!
אך האב געהערדט פארשידענע שמועות, אבער זאג נאר, ווי לאנג נאכען חתונה מיז מען זיצען אין כולל, און וואס פאסירט מיט א יונגערמאן וואס גייט יא ארויס ארבעטען?
צו באמערקען די גמרא ווייטער, ועל אותו הדור הוא אומר והיה ביום ההוא יחיה איש עגלת בקר (קעלבעל בלע"ז).
On a second thought, לאמיר נישט אריין גיין אין דעם נושא אין דעם אשכול.
צדיקים האבען געזאגט אז ר' אהרן הגדול מקארלין האט געמאכט 80 טויזענט בעלי תשובות.
דער אמת איז, לויט די דעמאלטסדיגע יכולות איז דאס בדרך הטבע פאר איין מענטש נישט מעגליך צו באווייזען. אן קיין מייקראפאן, טעיפס, ווידיאו, אינטערנעט וכו', ווי קען מען בכלל צי קומען צו אזא מספר פון מענטשען.
נאר ווי די ברענגסט פון חפץ חיים, מיט מרבה זיין קדושה וטהרה איבערען וועלט, דאס ברענגט אראפ א רוח תשובה.
נאר וואזשע דען, דעם רוח תשובה דארף מען איין שפאנען, און דעם אויפגעוועקטע נדח ישראל, דארף זיין איינער זאל אים מדריך זיין ווי זיך אהין צו טוען.
אין הכי נמי, אן דעם רוח טהרה וואס דער צדיק וואס זיצט ביי זיך אינדערהיים האט משרה געווען אויף דעם וועלט, וואלט כמעט אומעגליך געווען פאר דער וואס איז in the field צו פועל'ן אז דער פושע ישראל וואס איז איינגעטונקען בתאוות עולם הזה, זאל אפלאזען דאס גאנצער good life און מקבל זיין אויף זיך דעם עול תורה ומצוות - וואס איז ווי מען רופט עס, אן עול.
אבער אהן דער איינער וואס גייט ארום קאלעקטען די ריזאלטס פון די רוח קדושה וטהרה וואס דער עהרליכען איד ברענגט אראפ אויפ'ן וועלט, וואלט עס אויס געזעהן ווי א פאנד רעיזער וואס האט אויפ'ן טעלעפאן צאם געקליבען א הערליכען סכום פלעדזשעס, אבער אן א קאלעקעטער וועט דער מוסד פאר הונגער אויסגיין.
איז ווען עס איז דא אן עהרליכער איד, וואס האט סיי מרבה געווען קדושה וטהרה אויפ'ן וועלט דורך זיין תורה און עבודת השם, און סיי למעשה געטוען אז עס זאל זיין יתגדל ויתקדש שמי' רבא, מעורר געווען אידישער הערצער צום אבינו שבשמים, פארשטייט זיך אז איינער האלט עס פאר זכיה אז ער האט זוכה געווען זיך צו דרייען לעבען אזא איד.
דאס איז אהן אריין גיין לגופו של ענין פון וועמען מען רעדט דא, צו זיין שמועסען איז פאר אונז צו הערן, ואין כאן (באשכול הזה) להאריך בזה.
אבער פארשטייט זיך דער ונתנו גייט אהין און צוריק. מיט יעדען עבירה, מחלוקה'לע, שנאת חינם בזיון תלמידי חכמים וואס ווערט געטוען ביי היימישע יודען, ברענגט עס אראפ א רוח טומאה אויפ'ן אנדערע עק וועלט.
ווי דער אלטער פון נאוואהרדאק פלעגט זאגן, אז א בחור שמועסט אין מיטען לערנען אין איישישאק, שמד זיך א איד אין פאריז!
שקויעך פאר דעם לינק צו ר' אביגדור מיללער זצ"ל
מיין פראגע איז מאן גברא רבא חתים עליה? ווער האט געריבן דאס ארטיקל?
ר' emt נייטרא איז נישט קיינע יעקעס זיי גייען שריימלעך, זיי נישט קיין ראסיסט
_________________
א טו ת, אפשר קענסטו מברר זיין אין וועלעכע 'חסידות' מ'דאווענט 'נוסח אשכנז'?
_________________
די נער איינער סקווירא איז וואס עס איז און האלט דיר דעם גערוך באזוך 600 כולל יונגעלייט ? ביסט א פולנער ליגנער!!!
זיי נישט ברוגז אויף דעם אי עם טי ער מיינט אז 600 אינגעלייט ארבעטען נישט.
_________________
איך בין א כולל יונגערמאן, אהאלבע טאג לערן איך נישט, און א האלבן טאג ארבעט איך נישט...
למעשה'דיג גערעדט, ביודעי ומכירי קאמינא, לאמיר זאגן זעקס הונדערט איז מוגזם, טראץ וואס דאס איז דער אפיציעלער ציפער, אבער לאמיר זאגן ס'איז בלויז פינף הונדערט און צוואנציג, ס'איז נישט בלויז איין כולל, ס'איז א "רשת הכוללים", כולל ש"ס כולל או"ח, יו"ד, חו"מ ועוד, פארטאגס כוללים, נאכט כוללים....
א טייל אינגעלייט לערנען א האלבע טאג, און די אנדערע האלב גייט מען טוהן עפעס על המחי', דער פאקט איז, און דאס קען זען יעדער פרעמדער באזוכער, אז דער כולל איז "אגאנצן טאג" געפאקט מיט הונדערטער יונגעלייט, און ווי ווייט איך ווייס איז דאס אפשר די גרעסטע כולל אין אמעריקא, אין א שטעטל זיכער.
עס איז א ריזיגע אונטערנעמונג, און ווען נישט רבי זלקא קארן ז"ל וואלט דאס טאקע נישט געקענט צושטאנד קומען, ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן פאר דעם, און דאס אהערגעשטעלט בעצתו ובזכותו של אותו צדיק.
ווער זאגט איך בין א סקווירער?
או קעי, לאמיר זאגן איך בין א "סקווירא נער".. זאגזשע, וואסערע נער ביסטו?
באטשי
עס שיינט ווי יאבוי זעלבסט האט עס באשריבען!
דא אין אמעריקע א שיינע פאר יאר פארען קריג איז אהער געקומען "דער מלאך" זצוק"ל, וואס האט באלאנגט אריגינעל צו חב"ד, און געווען א פייערדיגע חסיד פון רש"ב זי"ע (וואס איז גראדע געווען א קנאי), ער האט געפירט דא א שיינע קהילה אן קיין פשרות, מהאט זיי געריפען "מלאכים", זיי האבען זיך מוסר נפש געווען אפילו אויף קלייניקייטען וואס מהאט געמיינט אז סאיז איבערגעטריבען, אבער אין פאקט האבען זיי זיך אלע געהאלטען פעלזען שטארק, און אויפגעשטעלט הערלעכע דורות ביז היינט, אין ווימס"ב וואינען נאך היינט הונדערטער פון דעי אפשטאמיגע פון יענע "מלאכים" פון די שענסטע און בעסטע
נאכען קריג זענען געקומען טויזענטער פליטים מיט הונדערטער רבנים און רעביס, און סאיז זיכער אז יעדער האט עפעס אויפגעטיהן, איינער מער און איינער ווייניגער
יזכר לטוב כ"ק אדמור מסאטמאר זי"ע וואס האט אריינגעלייגט נישט נארמאלע כוחות אויף "שם לשון מלבוש" און נאך, ער האט טאקע צוגעצויגען צו זיך טויזענטער חסידים פון אלע סארטען, און געעפענט מוסדות פון קינדערגארטען ביז עטרת זקנים, קעמפס מקוואות כולל ביקור חולים און נאך
אזוי אויך אלע אנדערע רבנים יעדער אויף זיין שטייגער
געדאנקען
דו גרייטטס זיך אויף א משיחיסטן באוועגונג נוסח טשערנאבלי?
קען איר זיך פארשטעלען ווי אן אויפגעקלערטער סקווירער פילט? און וואס ער האט צו זאגען ?
_________________
געדאנקען היקר
איך האב נאכאמאהל איבער געלייענט דיין געפהיל פולן לויב געזאנג אויף דיין געליעבטע "סקווירא"
איך האב מיר דריי מאהל געדארפט ווישען די אויגען, צוויי מאהל אויספוצען די בריללען, אין איינמאהל אויסשנאצען די נאז
איט'ס ממש ביוטי פול
די האסט דאס אליין געמאכט?
ס'האט מיר אזוי געפאלען, איך וויל דיר בעטן רשות עס צופארקויפן פאר פאפא שטעטל.
מוסבות שם פארשטייט זיך, טוישען דאס ווארט סקווירא
ווי אויך דעם שושילתא דדהבא פיזא.
שטאטס ר' משה גרין וועל איך שרייבן ר' משה האפמאן ז"ל
איך טראכט אויך אז שיכון באבוב אין בת ים וועט זיין א גוטער קאסטאמער.
די גרעסטע קרעדיט קומט פאר די ליטווישע גדולים פון נאכן קריג.
ווי נישט האבען זיך רוב רוב חסידים פארן קריג זיך נאך געהאלטען אידיש, אין די חסידישע צדיקים פון נאכן קריג האבען געהאט מיט וואס צו ארבעטן צו ראטעווען זייער עולם.
אין ליטא איז שוין כמעט נישט געווען קיין זכר פון ערליכקייט פארן קריג, אין זייערע גדולים האבען געמאכט א יש מאין.
do you live in a bubble? is this what your rebbe in cheder told you, or you just took this non-sense from a fairy tale book..?i
open your eyes to "real history", have you by any chance ever heard about Valozin, Kletzk, Baranoich, Mir, Slabodka, novordek, Brisk. radin,& hunreds more "Litvishe yeshivos" thrughout Lithuania & Ukraine? were all these reform schools or what
our 100% right regarding the great accomplishments the "Litvishe gedoilim" have achieved, but the picture you put down on the past of the entire Litvush torah world, is big time mistaken and absolutely false ,
Chappy
איר זענט ביידע גערעכט,
משנת האט נאר געמאכט איין טעות.
פאר די קריג איז יא געוועהן ליטווישע בחורים.
נאך די קריג איז זענען זיי נישט געוועהן...
אבער קיין " יש מאין " האבן זיי נישט געמאכט. אחוץ אז דו רופסט אפגעפאהרענע חסידישע שטובער "...מאין".
די ליינסט און גלייבסט די נייע היסטארישע ביכער וואס די נייע ליטוואקעס האבען מחבר געווען אין די שרייסט אז איך מאך נייע היסטאריע?
וועסט אביסל ליינען מער ווי אויבערפלעכליך וועסטו קענען אויפמאכען דיין מויל.
עס איז דא גענוג ביכער פון פארן קריג אין ליטע, עס איז ליידער דארט געווען אזא חורבן ברוחניות אז מיר קענען דאס אפשאצען.
יא עס איז געווען א פאר ישיבות, אבער וויפיל פון זייער תלמידים האבען זיך נעבעך געהאלטען?
רוב רובם פון די היינטיגע ליטוואקעס זענען פוילישע אין אונגערישע אין אין פולין איז שוין געווען א שרעקליכער קריג.