יעצט אז מען האלט ביי אפריל 15 ווען ס'איז דער דעד ליין צו צאלן די טעקסעס פאר די איי אר עס, האב איך מיך דערמאנט אין א אינטערסאנטע זאך וואס כ'בין לעצטענס געוואר געווארן.
עס איז דא אין אמעריקע א גרופע מענטשן, נישט א קליינע גרופע, ס'רעדט זיך פון א גרופע פון מיליאנען מענטשן, א MOVEMENT ווי מען רופט דאס אין ענגליש, - וועלכע האט אויך פילע אנהענגערס אין קאנגרעס און אין סענאט - וועלכע רופט צו רעפארמירן די גאנצע טעקס סיסטעם. זיי האבן געשריבן א בוך ווי זיי צולייגן דעם גאנצן פלאן, פאר א פאר וואכן צוריק האט מיר א חבר געבארגט דעם בוך און מיר געבעטן עס צו ליינען, איך זאג אייך ס'איז מורא'דיג אינטרעסאנט, און דער פלאן געפעלט מיר זייער, איך האף אז עס וועט אמאל אדארך גיין און ווערן געזעץ.
די גאנצע זאך איז צו לאנג עס דא ארויף צו לייגן אויף איינמאאל, איך וועל נאר אנהייבן און איך לאדן איין דעם עולם צו דיסקוסירן דעם ענין.
די גרופע רופט זיך פעיר טעקס WWW.FAIRTAX.ORG דאס איז זייער וועב סייט. און דער פלאן באשטייט בערך ווי פאלגענד: מען וועט אינגאנצן מבטל זיין די איי אר עס (יא יא אזוי ווי איר הערט.) און מען וועט בכלל מער נישט צאלן קיין אינקאם טעקס, יעדער וועט קענען פארדינען און אינוועסטירן וויפיל מען וויל, אן צאלן סיי וועלכע טעקסעס. אנשטאט דעם וועט מען צאלן אן איינמאליגן סעילס טעקס אויף יעדע נייע זאך וואס מען קויפט. און דורך דעם וועט די רעגירונג מאכן פונקט אזויפיל געלט ווי זיי מאכן יעצט (און אפשר נאכמער).
דאס איז די פלאן אין א ווארט NUTSHELL בלע"ז. און אדרבא איך לאדן איין דעם עולם צו דיסקוסירן דעם ענין דא אויף'ן פארק.
הויפט זייט » כל העולם כולו » לכבוד APRIL 15 ווערט פטור פון די I.R.S. אויף שטענדיג
לכבוד APRIL 15 ווערט פטור פון די I.R.S. אויף שטענדיג
2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2188000
עס זעט מיר אויס אז דער עולם דא אויפן פארק האט ליב צו צאלן טעקסעס. עניוועי דאס האב איך באקומען אין אישי:
| IRS | |
|
איך האב ניט א התר כתיבה, נאר איך שיק דיר א בריף. דער IRS האט ניט קיין לעגאלע מקור אין געזעץ, און איבער דעם אינטערנעט קען מען זעען גאר א סך אינפארמאציע דערוועגן. אפילו די דינים און רעגולאציעס וואס זיי טענה'ן אז זיי פאלגן יא, פאלגן זיי ניט! אלע סארט פרסעדורעס פון IRS זענען בכלל ניט געזעצליך! קענסט לייענען אויף TAX FREEDOM' GIVE ME LIBERTY' און נאך א סך אנדערע.
|
|