היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » טעות לעולם חוזר!

טעות לעולם חוזר!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2186130

משמשבקודש » 12/4/2007 23:50


  איצט געקומען די בשורה, אז די סעודת הילולא פונעם רבינ'ס טאטע וועלעכע האט געזאלט פארקומען
דעם מוצש"ק אינעם היכל הביהמ"ד החדש אויף לי קאר. ווילסאן,  וועט למעשה פארקומען אין ביהמ"ד אויף ראדני סט.

  ווי עס שיינט האט זיך דעם מוצאי יו"ט ביי נעילת החג ארויסגעשטעלט,  אז עס פעלט זיך יא אויס דעם גרויסן ביהמ"ד אויף ראדני, און דער היכל הביהמ"ד החדש אויף לי קאר. ווילסאן איז נישט גענוג צו קענען אקאמאדירן אזא ריזן ציבור........!

  אויסערדעם איז געווענטליך נאך פסח גאר קאלט, און ס'איז שווער צו הייצן דעם היכל הביהמ"ד החדש
 אויף לי קאר. ווילסאן.....,                       משא"כ יעדעס יאר כ"א כסלו............!

  אויך איז לעת עתה דער היכל הביהמ"ד החדש אויף לי קאר. ווילסאן נאך פארדינגן פאר עפעס א סופערמארקעט
נאך פון ערב פסח וועלעכע האבן נאכנישט עספיעט זיך אפצוטראגן פון דארט....

שורשנגח » 13/4/2007 21:56

אין דער איד שטייט אז עס גייט זיין אין ראדני.

בערל550 » 13/4/2007 23:17

אין בלאט שטייט אז ס'גייט זיין אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל "שם חלקו מנ...... ספון" (איך קען נישט די פסוק)

_________________