היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » דף היומי: חגיגה

דף היומי: חגיגה

4 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 6 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2185528

דיפלאמאט » 12/4/2007 06:20

די משנה אין חגיגה זאגט, עבר הרגל ולא חג, אויב איז אריבער דער יו"ט און מען האט נישט געברענגט דעם קרבן חגיגה, אינו חייב באחריותו, קען ער מער נישט ברענגען דעם קרבן, זאגט די משנה ווייטער, על זה נאמר, 'מעות לא יוכל לתקן וחסרון לא יוכל להמנות', אז דאס איז א פארלוירענע זאך און מען קען עס מער נישט צוריקבאקומען (דף ט עמוד א).

אנדערש איז אבער ווען מען לערנט מסכת חגיגה, וואס דאס קען מען יא משלים זיין, און אפילו מען האט אנגעהויבן שביעי של פסח קען מען זיך נאך מיטכאפן און צולערנען די צוויי בלאט, און הנאה האבן פון דעם גרינגען און געשמאקע מסכת.

היינט, מיטוואך איסרו חג פסח האלט מען ביי דף ד.

כאפט אייך מיט.

איןבעיה » 12/4/2007 19:40

א דערמאנונג וועגען דעם גאר געשמאקען שיעור אין אידיש דורך הרב יוסף נחום שטראם שליט"א

דף הראשי http://hadafhayomi.co.il/index.php?l=yd#_

היינטיגע שיעור http://hadafhayomi.co.il/?l=yd&a=stream/main&id=6256&stream=256


דיפלאמאט » 17/4/2007 23:43

אנאנים,

מילא ווען דו האלטסט אנדערש ביי די אנדערע אשכולות פארשטיי איך, אבער וואס שטערט דיר אז מען וועט זיך נארן און איינרעדן אז מסכת חגיגה איז גרינג און דעריבער לערנען אפאר בלאט ביז פרק חומר במקדש וואס איז אביסקעלע שווערער?

עס זעט אויס אז דו האסט שוין געלערנט מס' חגיגה, קענסטו זיכער דעם חז"ל דף ה עמוד ב: כל העוסק בתורה אפילו יום אחד בשנה, מעלה עליו הכתוב כאילו עסק כל השנה כולה.

 
אין בעי',

א דאנק פארן צוברענגן דעם לינק.

אבימלעבט » 18/4/2007 07:35

פרק חומר בקודש איז נאר שווער ווייל עס זיינען דארט דא הלכות טומאה וטהרה (נישט קיין לומדישע גמרא) אבער היינט מיט ארט סקרול וכו' קען מען זיך אן עצה געבען,

_________________