היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איבער 75 מענטשן ביי באגלייטן פון רז"ל

איבער 75 מענטשן ביי באגלייטן פון רז"ל

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2184717

שורשנגח » 11/4/2007 05:21

גאנץ וויליאמסבורג איז אויף מיט די שטוינענדע נידערלאגע ביי די באגלייטן פון רז"ל ווי ס'זענען געווען ארום זעקס-זיבן מנינים אידן, די אויסגעשפילטסטע עולם וואס סאטמאר האט נאר אמאל געזען.

די פאליציי שאצט אז ס'זענען געווען איבער הונדערט פאר פיס...

יעצט פארשטייט שוין דער עולם פארוואס מען האט געמוזט קענסלען די נעילת החג בילדינג אין די לעצטע מינוט...

שורשנגח » 11/4/2007 19:45

בסתמא וואוינט דער ראב''ד 2 מיילן ווייט פון ראדני אז ער האט נישט געהאט כח צו קומען אפילו פאר איין תפילה אדער טיש.

 

תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 11/04/2007 20:30:28

_________________

yones69 » 11/4/2007 20:29

אגב
ווער האט בילדער פון די הערליכע ריזיגע "קידוש לבנה" פלאקאטן

אז יעדער מוז קומען צו די טישן
און אז "עזרת נשים" יהי' פתוח

אזוי ווי ס'איז געווען איינגעפירט מקדמת דנא, ביי הצדיק הקדוש ר' שימעלע זשיגאן זי"ע אלע יארן,

אידעלע » 11/4/2007 22:06

שור
קודם כל האסטו געכאפט די בילדער נאכדעם וואס יעדער איז שוין אהיים.
בערך א דריי פערטל שעה נאך די באגלייטן.

יאנאש

ס'איז נישט קיין פלאקאטן. און דעסטען דאך איז געווען רבבות מענטשן.

איך ווייס אז איר פלאצט, ס'איז נישט קיין חידוש.

אידעלע » 11/4/2007 22:09

דער ראב"ד שליט"א האט ליידער באקומען א רויז פאר יום טוב, און ער טאר נישט ארויסגיין אויפן גאס.
השי"ת ישלח לו רפואה שלימה במהרה.


די חארונים וואלטן חשק געהאט אז עס זאל חלילה זיין א שפליטער צווישן רבינו שליט"א און דעם ראב"ד. אבער איר וועט זיך מיזען באגניגען מיט א חלום. נישקשה, איר האט נישט ערליך געזאגט דעם יהי רצון ביים דוכענען יעצט יום טוב פסח... "חלום חלמתי ואיני יודע מה היא"

שורשנגח » 12/4/2007 00:10

מען שעהט דאך דארטן די הייליגע סבערבאן קאר פונעם ראבינער און עם הארץ.

גראדע ווי איז די איסור וואס דיין רבי האט געזאגט אז מען טאר נישט פאר מיט א סבערבאן, וויאזוי פארט ער אלייין דערמיט?

אידעלע » 12/4/2007 00:12

שקרן

ס'איז נישט דעם רבי'נס מאטארקאדע !

ס'איז שוין באלד א שעה נאכן באגלייטן. קענסט יעצט גיין כאפן בילדער און ס'וועט זיין גענצלעך ליידיג !

WOW

vnclesam » 12/4/2007 01:55

yidele: it is the rebbes bagleiten

shor: can you please bring a picture from in front of the rebbes house where the people were standing

_________________

גאסט » 12/4/2007 02:17

אידעלע ברענג מיר אן אנדער בילד וואס ווייזט עפעס מער מענטשן

מבני_בניו » 12/4/2007 04:38

איך מיין אז די זאליס דארפן אריינגעבן א פארלאנג אין זשיניוס ווארלד רעקארד אז מזאל ארויפלייגן אויף די ליסטע די היסטארישע מאמענט וואס איינער וואס טרויט זיך צו רופן ממלא מקום פון רבוה"ק זי"ע זאל מוזן נעבעך ארויפלייגן ריזיגע ליילעכער אין אלע עקן שטאט אז די שירה, וואס יעדער איד גייט במילא פראווענען ערגעץ, זאל מען יעצט קומען פראווענען ביי די בעכער רעבע.

אידעלע » 12/4/2007 05:44

יעדער רעדט פון לייליכער, א באנדע שקרנים און בלאפערס
והאי ראי' איז קיינער האט פלוצלינג נישט קיין בילד דערפון

פון יעדע זאך האט מען בילדער, פון באגלייטן א שעה שפעטער האט מען א בילד, אבער פון לייליכער אדער פלאקאטן כלשון שור, איז עפעס נישטא?

שורשנגח » 13/4/2007 21:47

זאג נאר וואס טוען פלוצלינג אויף די בילד 75 מענטשן, א שעה נאך זאליס באגלייטן בערך האלב צוועלף ביינאכט מוצאי יו"ט פסח...?

און וואס ווילן די פאליציי מיט די שטארקע וואך ארום דעם שיינעם סעבערבאן?

פון ווי קומען די טאטעס מיט די קידנער האלב צוועלף ביינאכט?