מיט פרייליכע הערצער מעלדן מיר די בשורה המרנינה, אז דער בית הגדול והקדוש שמלמדין בו תורה ותפלה פאר די לעצטע 30 יאר, אין וועלכן רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע ועכי"א האט שופך געווען לבו הטהור לאביו שבשמים, ואחריו דורך רבינו בעל בירך משה זצ"ל האט געדאווענט אלע יארן
וועט אי"ה ווערן איבערגעבויט פאר א ריזיגע מבצר התורה, די גרעסטע אין די וועלט אי"ה, בפקודת מ"מ כ"ק מרן רבינו שליט"א, וועלכער מאנט און פאדערט פאר מער לימוד התורה, מער עבדות ה', ביתר שאת ועז
עטליכע אינגעלייגט בראש פון האברך החשוב ר' יואל שטערנבערג הי"ו, מיט נאך אברכים האבן זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט וואס וועט אפקאסטן די קאלאסאלע סומע פון 1.5 מיליאן דאלער.
דער פראיעקט נעמט אריין, דאס איבערבויען די דאך, די פלאר, די ווענט און אריינלייגן נייע טישלעך מיט בענק, ספעציעל באקוועם צום לערנען בייטאג און ביינאכט, פאר טויזענטער אנ"ש.
כה לחי
הויפט זייט » כל העולם כולו » ביהמ"ד הגדול דסאטמאר, ווערט איבערגעפרישט
ביהמ"ד הגדול דסאטמאר, ווערט איבערגעפרישט
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2183397
פאר וועם גייען זיי איבער בויען דעם ביהמ''ד עס איז ליידער גרויס דארט דער שממון א חוץ א פאר אלטע יידען וואס זענען שוין צוגעויאנט דארט צו דאווענען און לערנען און די ליצים וריקים חסידי סיגעט איז כמעט טויט דארט .
_________________
_________________
אידעלע
פארוואס פארציילסטו נישט אז פראדעל פארפירט אז ער מוז איבערבויען ראדני.
ער שרייט אז ער וועט נישט לאזן די אינגעלייטלעך, נאר ער און חיים שלמה ווערטהיימער, מוזן עס איבערבויען.
די אינגעלייט שרייען אבער אז די צוויי זענען אלטע רויבער, און מ'קען זיי נישט געטרויען.
פארצייל אביסל מער, ביטע
פארוואס פארציילסטו נישט אז פראדעל פארפירט אז ער מוז איבערבויען ראדני.
ער שרייט אז ער וועט נישט לאזן די אינגעלייטלעך, נאר ער און חיים שלמה ווערטהיימער, מוזן עס איבערבויען.
די אינגעלייט שרייען אבער אז די צוויי זענען אלטע רויבער, און מ'קען זיי נישט געטרויען.
פארצייל אביסל מער, ביטע