היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקינג: דוד ראזענבערג באשטעלט ווייץ פון אריזאנא...

ברעיקינג: דוד ראזענבערג באשטעלט ווייץ פון אריזאנא...

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2183385

זשוליאני08 » 8/4/2007 23:14

איינע פון די פארמערס אין אריזאנא, וועלכער איז אין קאנטאקט מיט הרב ביסטריסצקי און נאך אנדערע עסקנים וועלכע טוען אין די אריזאנא ווייץ, האט באקומען א טעלעפאן קאל פון א פארמער אין אריזאנא, און פרעגט אים
WHO IS DAVID ROENBERG, HE ORDERED A HALF A MILLION LBS FOR NEXT YEAR FOR PASSOVER

עס איז צום שטוינען פון די היפאקריטן. דא שרייט ער חמץ... דא שרייבט ער דעפרעסטע ארטיקלען אין דער איד
און דא לויפט ער שנעל צום פארמער אין אריזאנע, און פראבירט צו ארדערן א האלב מיליאן פונט ווייץ פאר דעם שניט, אויף פסח תשס"ח.

trueonly2 » 13/4/2007 17:57

דער מים שלנו איז א פראבלעים,
ווייל מיר זען דאך בחוש אז פרידזשידער וואסער איז אסאך מער קאלטער פון מים שלנו,אפילו עס האט נישט גע'לנו'ט.
 ווי אויך דער גאווערמענט וואס זאגט אז אין אריזאנא איז נישט דא קיין טל, פארקערט ווי די גמרא, זאגט אויך אז די זון גייט נישט אונטער די ערד, און אוודאי נישט אין פרידזשידער, ממילא איז פרידזשידער וואסער די בעסטע הידור,
 איך זאג נישט די אלע צדיקים וואס האבן גענוצט מים שלנו האבען געגעסען חמץ בפסח,
אבער א פלאקען האבן זיי אריין געווארפן,

תשס"ז ווערט פאראייביגט די הידור פון פרישידער וואסער
,