היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שפליטער אין זאלי בי"ד. רז"ל פילאף פאר אריזאנא ווייץ

שפליטער אין זאלי בי"ד. רז"ל פילאף פאר אריזאנא ווייץ

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2181787

זשוליאני08 » 6/4/2007 07:07

רז"ל פילאפף האט דעם פסח געזאגט אז עס טוט אים זייער וויי איבער די שערוריה פון די אריזאנא ווייץ, ווייל ער איז איבערצייגט אז עס איז מער מהודר און עס טוט אים וויי אז מ'לאזט אים נישט זאגן זיין חוות דעת בשער בת רבים.

ערשט א וואך פארדעם האט ר' ירמי' פריעדמאן, א זון פון ריח"מ פריעדמאן זיך אויך געלאזט הערן אז די אריזאנא ווייץ איז מצוה מן המובחר, און אז ער נעמט נאר פון די ווייץ פאר די מצות.

הגאון ר' מנחם זכרי' זילבער האט געלאזט הערן זיין חוות דעת אין בנין עסטרייכער, דעם צווייטן טאג פסח, אז די אריזאנא ווייץ איז פיל מער מהודר, און אז מהיום והלאה וועלן אלע ערליכע בעקערייען טאן אלע השתדלות'ן צו באקן נאר פון די ווייץ.

וכל זה איננו שוה לי... ווילאנג איינער פון די הויפט פיאנערן איז נישט קיין אנדערער ווי זייער פאליטישער שונא... דאס איז מרן רבינו הגה"ק שליט"א

אנרגיה » 6/4/2007 07:22

ס'גלייבט זעך עפעס נישט אז רז"ל פילאפף שליט"א זאל מען קענן צוריק האלטן פון זאגן זיין מיינונג ברבים. ער איז דאך אייביג מקיים דעם "ולא תגרו מפני איש", וואו מ'האט דאס קלאר געזען ביי די מחאות קעגן דעם עירוב וואו רז"ל פילאפף שליט"א האט זיך גארנישט דערשראקן פאר די נעבעכדיגע נשים און מוחה געווען קעגען זיי מיט א שטארקייט און פעסטקייט אזש ס'האט זיי געכאפט דאס קדחות.

קהל_יטב_לב » 6/4/2007 07:44

מיר האבן גערעדט צו איינעם פון די בעלי בתים פון פאפא- צעהלים בעקריי עטץ וועטץ נישט גלייבן וולעכע רבנים האבן געבאקן מיט אריזאנע ווייץ איך רעד שוין נישט פון כ"ק אדמו"ר מסוקלען און ר' טודרוס און ארעדע רב ועוד
איינער האט געפרעגט דעם גרויסע רבי מיט די גרויסע כוס וואס איז שלעכט מיט די אריזאנע ווייץ? האט ער געענטפערט די וויינשטאק'ס האבן אים געזאגט אז מען קען עס נישט מנקר זיין

_________________

שורשנגח » 6/4/2007 17:39

איך האב א שאלה: רז''ל פילאפף נאכדעם וואס מען האט אים אנגעשפריצט אין בארא פארק מיט א פייער עקסטינגווישער, וואס פארא הלכה האט ער? צי ווי די ניו יארקער ווייץ וואס זענען מצומחות און מבוקעות צי ווי די אריזאנא ווייץ?

_________________

שורשנגח » 6/4/2007 17:53

אז מען קוקט אריין אין 'איד' און מ'ליינט די ארטיקלען וויאזוי ער שימפט און שעלט הן בנוגע די אריזאנא ווייץ און הן וויאזוי מען האט ארויסגעפירט בחרפות ובבזיונות רז''ל פילאפף און רח''ד כ''ץ פון בית המדרש הגדול דסאטמאר אין בארא פארק זעהט מען אז די זאליס זענען 'מצומחות' די כעס און שוים שפראצט ארויס צווישן יעדע שורה און ווארט, און אויך 'מבוקעות' זיי פלאצן.

_________________

13Hooper » 6/4/2007 18:06

די אריזאנע ווייץ האט מען  מתיר געווען לשעתו פאר די וואס עסען מאנעשעוויץ אדער פאר די גוים וואס ארבייטען אין 152 ראדני ביה"מ אז זיי זאלען נישט אריין ברענגען חמץ גמור אין ביה"מד