היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מציצה בפה נישט - מילה יא

מציצה בפה נישט - מילה יא

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2181542

Mench » 5/4/2007 18:55

דער טרויעריג באקאנטער דר. פרידען פון די סיטי העלט דעפארטמענט איז קעגען מציצה בפה ביי אידען
אבער ער האט יעצט אנגעהויבען א קאמפיין אז די שחורים זאלען זיך מל'ן

 http://www.nytimes.com/2007/04/05/nyregion/05aids.html?hp

אנרגיה » 6/4/2007 07:36

ס'שמעקט מיר נישט צו זיין דער וואס ס'נעמט זיך אן פאר דעם יעניגן דר., אבער לשיטתו איז דער חילוק איז א קלארער. דאס אז מילה בענעפיטירט פאר דעם מענטש מיינט נאך נישט צו זאגן אז מציצה, וואו געוויסע דזשערם'ס קענן קומען און קאנטאקט מיטן בלוט פון דעם רך הנימול, טוט אויך בענעפיטירן. ס'קען גאר זיין אז דאס וואס מילה טוט אויף, עפ"י דאקטעריי, ווערט גאר חרוב מיטן מציצה לשיטתו.