היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » כשרן א בעכער וואס מען ניצט א גאנץ יאר

כשרן א בעכער וואס מען ניצט א גאנץ יאר

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2180058

הצלה2006 » 2/4/2007 21:05

איך בין נישט אנגעקומען צו כשר'ן מיין בעכער אויף פסח קען איך עס טיען אליינס אויפקאכן א טאפ מיט הייס וואסער און עס אריין לייגן און די טאפ?

משנתחסידים » 6/4/2007 00:39

מאך נישט קיין טעות אינטערנעט איז נישט קיין מורה הוראה.

קלינג אן א מו"ץ צו פרעגען ווי אזוי צו כשר'ן..

התאחדות » 11/4/2007 22:21

אינטערנעט איז נישט קיין מורה הוראה, אבער מ'מעג פרעגן דברים פשוטים וידועים לכל.

א שאד איך בין נישט דא געווען פאר יום טוב דיר צו ענפערן.

קענסט נעמען א טאפ, - לכתחילה א קעסל וואס מ'נוצט אויפצוקאכן הייס וואסער - ארויפלייגן אויפן פלאם, ווארט ביז עס באבעלט ווי עס ברויך צו זיין. און איינטינקן דאס בעכער, קענסט עס אפילו מאכן מיט א צווענגל, קודם איין זייט, און דערויף דאס צווייטע זייט. און דאן אפשווענקן מיט קאלט וואסער.

הצלה2006 » 12/4/2007 02:57

יישר כוח התאחדות

_________________

usa44 » 15/4/2007 06:53

עס איז דא וואס זאגן אז די בעכער'ס וואס האבן ארויפגעקלעבטע דיזיינס דארף מען גליען וייבאלד על פי רוב איז דא דארט לעכער ווי עס קען זיך אנזאמלען דארטן חמץ בעין, וואס אויף דעם העלפט נישט הייס וואסער.

trant_lott » 15/4/2007 19:32


התאחדות

נאך א מזל אז די ביסט נישט דא געווען פאר פסח, ווען יא וואלסטע אפשר ח"ו מכשיל געווען מיט א איד מיט א איסור כרת רח"ל

א בעכער וואס האט שפאלטענעס, אדער א זוים אויבן, דארף מען לויט רוב פוסקים {לויט אלע פוסקים??} גליען מיט פייער
די פלעצער ווי מען קען כשר'ן בעפאר פסח , זיי האבן אזא טארש מיט וואס זיי גליען עס, זיי פירען עס אריבער פייער ממש

צוליב דעם איז טאקע גיט, אז ווען מען וויל כשר'ן א כלי אויף פסח, אז מען זאל עס טיען ביי א פלאטץ ווי מען כשר'ט אינטער א
אויפזיכט/השגחה פין א דיין/מורה הוראה, אזוי איז מען זיכער אז אלעס איז כדת וכדין, עס איז ווערט די נאך צוויי דריי דאלער
וואס עס קאסט, מען קען עס צילייגען צום פסח ביל, עס איז הוצאות יו"ט