ווען מען זעט דעם שוידערליכן נידריגן מצב פון וויליאמסבורג, ספעציעל די לעצטע פאר וואכן, מוז יעדער איינער מודה זיין אז דער סאטמארער רבי שליט"א איז געווען גערעכט מיטן געבן זיין פולע שטיצע פאר הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו און די ועד הצניעות פון קרית יואל.
יעדער איינער וועט מוזן מודה זיין אז די איינציגסטע סיבה פארוואס אין קרית יואל קומט נישט פאר וואס ס'קומט פאר אין וויליאמסבורג, איז צוליב דעם כח פונעם ועד הצניעות, וואס ווארפט ארויף א פחד אויף יעדן מנובל און האלט צוריק די פארדארבענע יונגען פון אריינקומען אין קרית יואל.
די איבערקערענישן אין וויליאמסבורג וואס קומט יעצט פאר (איך וויל נישט ארויסשרייבן מער דעטאלן, וד"ל) ווייזט אויך וואספארא געפערליכע רוחניות'דיגע שאדן רז"ל איז געווען פאר וויליאמסבורג, און וויאזוי זיין רע-בנות האט געברענגט א הפקירות און אנארכיע אין וויליאמסבורג.
יעדער איינער וועט מוזן מודה זיין אז ווען רז"ל וואלט געבליבן אין בארא פארק, וואלט די טומאה נישט געהאט קיין קאנטראל אויף וויליאמסבורג, פונקט ווי מען זעט אז די טומאה האט נישט קיין שליטה אין קרית יואל.
דער רוחניות'דיגער מצב אין די אידישע וועלט איז ממש געפערליך. אפילו די אמאליגע באזעס פון קדושה און קנאות, ירושלים און וויליאמסבורג, זענען שוין פונלאנג געפאלן צום רוחניות'דיגן שונא, ווי מען זעט פון די נאכאנאנדע געוואלדטאטן וואס קומען דארט פאר צווישן די פרומע אידן און די פארדארבענע יונגען.
קרית יואל איז געבליבן די איינציגסטע אידישע שטאט וואו דער חומת הצניעות איז נאכנישט געפאלן!