היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 500 ווידיאס --- נעבעך פארברענט געווארן עקדה"ש

500 ווידיאס --- נעבעך פארברענט געווארן עקדה"ש

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2177741

yones69 » 30/3/2007 05:36

א ריזיגע צאל ווידיאס איבער 500 איז נעבעך פארברענט געווארן, אינעם בעיסמענט פון ר' שמילא וואלדמאן, וואס ער און ר' נחמי' הערשקאוויטש מיט ר' חנני' שמילאוויטש האבן אפגעכאפט די לעצטע זיבן יאר, איז נעבעך אויפגעגאנגען אין פלאמען און ס'איז ליידער נישט געבליבן קיין בעקאפס.

אן עסקן וועלכער איז געווען אינוואלווד אין די ווידיאס האט עס זייער באוויינט, זאגענדיג, וויפיל שבתים האט מען מחלל געווען צוליב דעם, און יעצט איז עס ליידער מער נישטא.

ווער עס קען זאל ביטע לערנען א פרק משניות, לעילוי נשמת די DVD'ס און פילמס וואס זענען נעבעך אומגעקומען. הי"ד