עס דרייט זיך יעצט ארום א נייע מאלטי לעוועל מארקעטונג MLM זיי רופן זיך מיטן נאמען ACN מען זאגט דארט צו גאלדענע גליקן מען ווערט רייך אין מינוטן, איך אלץ איינער וואס קען זיך אויס מיט MLM א דורך אין א דורך, און איך בין גרייט צו הערן אלע צדדים האב איך זיך אריין געלייגט אינעם נושא, און לתועלת הרבים זאג איך ענק, שטייטס אוועק פון די זאכן.
פון 100 מענטשן מאכט קוים 1 מענטש געלט פון דעם,
אויב האלט איר אז איר וועט זיין פון די 1% וואס וועט מאכן געלט פון דעם איז אויכט נישט ווערט אריין צו גיין אין דעם, ווייל מען מאכט געלט אויף יענעמס חשבון, כדי איינער זאל מאכן געלט דארף א מינימום פון 2 מענטשן פארלירן געלט, און כדי די 2 מענטשן זאלן מאכן געלט דארף א מינימום פון 4 מענטשן פארלירן געלט, און אזוי ווייטער, מען מאכט געלט ווען יענער פארלירט, 99.4% מאכן נישט צוריק זייער געלט
אויב ווילט איר זיך אריין טיען אין מער דיטעילס, דא האט איר א פונקטליכע הסבר פארוואס עס איז אזוי שווער צו מאכן דארט געלט
http://users.tns.net/~mpat/scam/
איך האב אמאל געטיען אין א MLM ווי איך האב זייער שיין פארדינט, איך האב עס אפגעלאזט ווען מענטשן האבן מיר נאכגעשרוגען אין גאס אז איך בין א גנב, און איך האב איינגעזעין אז עס איז נישט פאר יעדעם, און עס איז נישט קיין כשר'ע געלטער,
איך האב עס אפגעלאזט און איך בין אריין און א אנדערע ביזנעס וואס האט אויך צו טיען מיט סעילס און ב"ה איך בין זייער צופרידן
אויב האלט איר אז איר טויגט צו זיין א סעילסמאן איז דא בעסערע זאכן ווי MLM אויב ווילט איר מער דיטעילס לאזטס מיר א מעסידזש אין אישית און איך וועל אייך געבען א ליסט פון אויסגעהאלטענע זאכן וואס מען פארדינט עני טיים אזוי שיין פון MLM און אפשר נאך שענער
איך האב געטיען מיינס יעצט לאז איך עס איבער פאר ענק.
קרעדיט פורום: אבי מ'לעבט
תוקן על ידי jewboy ב- 26/03/2007 14:04:10