היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » מצות פאפא-צעהלים?

מצות פאפא-צעהלים?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2175081

Knacker » 26/3/2007 05:23

 קבלתי באישית:
 
מיהו הרב המכשיר של מצות פאפא-צעהלים?

דענקער » 26/3/2007 05:34

קבלתי באישית?

וואס איז שלעכט ווען דו פרעגסט עס געהעריג?

עס מאכט עס בעסער אויסזען אויב לייגסט צו די ווערטער?

מנחתאלעזר » 26/3/2007 09:29

עס איז דיר אפילו נישט איינגעפאלן אז די רבנים פון פאפא אין צעלימער קהילה.?

EMT » 26/3/2007 19:05

ס'קוקט אויס ווי זיי האבן זייער א גוטן סיסטעם מיט גוטע משגיחים, אבער ווער גיט טאקע די השגחה דארט?

אויף די באקסעס שטייט נישט, ס'איז נישט קיין בושה ארויסצוגעבן די נאמען פון די השגחה, ווייל די בעקערי מאכט א גוטן רושם, נאר מענער ארבעטערס וכו' וכו'.

ישראל_הלוי » 26/3/2007 19:59

באקומען אין אישי.

די בעקעריי שטייט אונטער די שטרענגע אין פערזענליכע השגחה פון הרה"ג ר' משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ פאפא ב"פ בשליחות ובהדרכת כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.

עיניםטובות » 26/3/2007 20:05

באקומען אין אישי.

ווער גיט די השגחה אויף די סאטמארער מצה בעקערי ?

EMT » 26/3/2007 22:29

עינים טובות

דו האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל... אויף די סאטמארער בעקערי שטייט אויך נישט ווער ס'גיט די השגחה, און אויך נישט אויך די באקסעס.

פארלעסליך » 27/3/2007 20:42

נישט באקומען אין אישי:

EMT ביסטו נישט דער וואס האט עס אריינגעשיקט פאר "עיניםטובות" אין אישי, און נאכדעים רעדסטו דיר אפ...???

איין זאך פארשטיי איך נישט אויב איז דא אזוילכע פיינע אנאנימע שרייבערס ערגעץ אנדערשווי, פארוואס פוילען זיי זיך איינצושרייבען געהעריג און שיקען נאר אין אישי (מייסטענס פאר די זעלבע חברה אלעמאל)

EMT » 27/3/2007 21:10

אז ס'איז יא דטא אזויפיל שרייבערס אין אישי, אפשר איז דא איינער וואס קען אריינשיקן צו איינעם אין אישי ווער ס'גיט די השגחה אויף סאטמארער מצה בעקערי?