היינט האב איך געהערט וועגן אן עלטערע איד אין ב"פ וואס איז געווען געזונט און שטארק,
און
פורים צונאכטס האט ער זיך געגליטשט אויף א טרעפ און וויי געטוען א קני.
הצלה האט מיט די בעסטע כונה עם אריין געפירט אין מיימאנידיס פאר אונטער זיכונגען, און דארט
האבן די חברה עם אריין געשמיסן אביסל בלוט שמעלערערס (בלאד דהינער'ס בלע"ז) און ביז געציילטע
שעות (אדער טעג ?) האט ער געהאט א סטראוק מיט הארץ פראבלעמען און אריין אין א קאומא וואס ווי
ס'שיינט וועט ער פון דעם נישט אזוי לייכט ארויס.
אזוי איז אויך געווען א אינג ווייבל (וויי.) וואס איז אריין צוליב אן אלערג'י און אין שפיטאל
האט מען זי איינגעשפריצט מיט עפעס וואס איז קלאר געשטאנען אין פייל אז זי איז צו דעם אויך
אלערג'יק, איר מצב האט זיך אויף'ן פלאץ שטארק פארערגערט, אבער ב"ה זי איז אויף'ן וועג ארויס
פון דארט.
די מעשיות האבן זיך אפגעשפילט בלויז אין די לעצטע פאר וואכן, און אפילו אין די פאר וואכן איז
דאך נאך סיפורים כהנה וכהנה.
די חברה וואס שפילן אונז אויף די נערווען צו נוצן מיימאנידיס, טענה'ן בעיקר צוויי טענות.
1) זיי שטעלען זיך צו
2)זיי זענען גוט
פאר דער וואס קלערט וועגן #1, זאל ביטע כאפן א שפאציר אויף'ן דעם נייעם צווייטען שטאק פון די
מאטערניטי, און מסביר זיין פארוואס איז נישטא דא אין א שפיטאל ווי לכה"פ 50% פון איר באנוצער
זענען שות"ומצ, קיין איין סינק וואס ארבעט נישט עלעקטראניש. #2
ווייסן לכה"פ די חברה הצלה און די אנדערע שוויצערס פונקטליך וואס דארט טוט זיך.
אלזא שטעלט זיך די פראגע, פארוואס טאקע איז נישט דא קיין ערענסטע פרעשור מכח די חברה הצלה צו
פארעכטן די קלות הדעת וואס דארט גייט פאר? איז אפשר דא פערזענליכע נגיעות? דארפן מיר אוועק
קוקן פון שמועות פון שוחד? לדוגמא, די עיר קאנדישן סיסטעם אין די נייע בילדינג.... אדער די
ספעשל טריטמענט פאר קנאקערס?
ס'איז דא וואס טענה'ן, אז די שפיטאל איז באמת גוט, נאר אין יעדן שפיטאל מאכט זיך גרייזן. איך
זאג אז די נומבער פון גרייזן אין מיימאנידיס איז צען פאכיג ווי סיי וועלכע שפיטאל.
יעדער וואס נוצט דעם שפיטאל און אנדערע אויך, קען מעיד זיין אויף א געוויסע לייכט זיניקייט דארט.
דאס וואס די נומבער פון קאמפלעינטס ביי די שטאט וכדו' איז נישט אזוי הויך, האט אסאך צוטוהן
מיט דעם וואס מיר היימישע אידן קלערן אלץ אריין אויב אפשר לוינט זיך צו שווייגן, און די זעלבע
פאר די פאקיסטאנער אימיגראנטן וואס זענען אונזערע שותפים אין דעם שפיטאל. תוקן על ידי - יוסקעלע - 25/03/2007 4:47:36