היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וואס איז מיט א ביסעל געפיל ?

וואס איז מיט א ביסעל געפיל ?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2173546

אבימלעבט » 23/3/2007 16:56

ווי גייט איר זיין דעם קומענידיגען יו"ט פסח ?

עס איז לעצטענס געווארען איינגעפירט אויך ביי אונץ היימיש אידן אז מען פארט אוועק אין האטעלען אויף פסח,

איך מיין אז עס פעלט אסאך אין דעם געפיל פון דעם יום טוב, אויב מען איז נישט אינדערהיים,

איך פארשטיי אז עס זיינען דא יוצא מן הכלל וואס האבען נישט קיין ברירה,

אבער דער גאנצער יו"ט איז געפיל, און טראדיציע, און דאס פילט מען נאר אינדערהיים,

עס זיינען ליידער דא אינגעלייט וואס כאפען נישט וואס מען רעד,

אויף די זאג איך אז איך וואלט נישט געווען שאקט ווען איך הער יו"ט אינדערפרי אז זיי זיינען געווען זייער מיעד צום ערשטען סדר ווען זיי זיינען אהיים געקומען פון שוהל, האבען זיי גאזאגט פאר די מידע ווייב, לאמיר זיך צולייגען אויף א ביסעל און דערנאך וועלען מיר אויפשטיין און פירען דעם סדר און....................

פאר די איז אפשר בעסער אז מען פארט א וועק אין א האטעל,

אויך איז דא וואס האבען שוין א 3 יעריגע קינד ווילען זיי שוין נישט גיין צום שווער נאר בלייבען אין דערהיים,

אגב, א גוטער מנהג נאכען בענטשען צו זינגען ר' שלמה'ס אליהו הנביא וכו' אוי במהרה יבא אלינו וכו'

_________________

findodort » 23/3/2007 19:42

מען פארט אוועק אין האטעלען אויף פסח
און וואס טוט זיך מיט מישען ? 

_________________

shia550 » 23/3/2007 19:47

ב"ה דעם דעזיז האט זיך נאך נישט אריינגעכאפט ביי אונזערע קרייזען.

איך קען נישט פערזענליך קען אינגעלייט וואס פארן אין האטעל אויף פסח, נאר די וואס מוזען דאס טון לצורך רפואה.

Baachi » 23/3/2007 20:26

אבימלעבט

"עס זיינען ליידער דא אינגעלייט וואס כאפען נישט וואס מען רעד, ..."

מיר כשלעצמי קומט אויס פונקט אזוי מאדנע דיין נעקסטע שורה

"אגב, א גוטער מנהג נאכען בענטשען צו זינגען ר' שלמה'ס אליהו הנביא וכו' אוי במהרה יבא אלינו וכו' "

דאס איז א וכן נוהגין, אדער א  ויש נוהגין