זאליס, שטעלט אייך צו דין תורה!
דער טרוקענער פאקט איז אז סאטמאר איז גרייט צו גיין צו א זבל"א און די זאליס נישט. די רגע וואס די זאליס וועלן זיין גרייט צו גיין צו א זבל"א - דער מערסטער אויסגעהאלטענער וועג צו פירן א די"ת אין די היינטיגע אומשטענדן - וועט זיין א דין תורה. If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
איר ווילט קומען צו דין תורה, מיר זענען גרייט, אומר ועושה. עס איז קיינמאל נישט שפעט.
שטעלט אייך צו די חברי הבי"ד וואס זענען ממונה געווארן דורך מרן רביה"ק בעל בירך משה, והכל על מקומו יבוא בשלום.
דו האלטסט אז סאיז דא א מציאות, היינט צו טאג, אז די פיר ת"ח וואס רופן זיך "חברי הבד"ץ" זאלן ארויסגעבן א נישט איינזייטיגן פסק?
בעיסד אויף זייערע פארגאנגענע פסקים און מעשים טובים אין די קהילה, איז דא אפילו איין נארמאלער מענטש וואס קען נאך איבערחזרן די טיפשות אז די אהרונים זאלן גיין צו דין תורה צו ר' ח"ד כ"ץ? פילאפ? ריח"מ פרידמאן?
קאם אן, ביסט נישט אזוי צודרייט.
אויב הגאון האדיר רבי ישראל יעקב פישער האט אזוי פארשטאנען אז רבינו הגה"ק בעל בירך משה איז גערעכט, ווער בין איך און די צי זאגען אנדערש.
זיין אויפריכטיג מיינט נישט אז די תורה הקדושה האלט אזוי
אויב רז"ל טייטלבוים און רז"ל פילאפ האלטן אזוי, איז דאס דאך אויטאמאטיש די תורה הק'...
אנטשולדיג מיר פארן זיך טועה זיין, כהאב געמיינט אז ביסט נישט אזוי צודרייט.
די הלכה איז דאך אז "התובע הולך אחר הנתבע", איז וויאזוי האט איר די חוצפה אוועקצונעמען פון אונז די רעכט וואס מיר האבן ע"פ תורה צו גיין צו די בית דין וואס געפעלט פאר אונז?
תוקן על ידי אידעלע ב- 20/03/2007 5:46:08
בקיצור, די ארונים זענען מודה אז סאטמאר איז מסכים צו גיין צו דין תורה, ביי איינס פון די דריי בתי דינים וואס מען האט צוגעשטעלט, נאר זיי מאכן חוזק ווער די דיינים וועלן זיין.
אקעי, גוט צו וויסן, ווייל איך האב געמיינט אז דעם פראבלעם איז אז סאטמאר וויל נישט גיין צו דין תורה, יעצט ווער איך געוואר אז סאטמאר וויל יא גיין צו דין תורה נאר די מוסרים דרייען זיך ארויס פון קקומען מיטן תירוץ אז יעדע בית דין וואס סאטמאר שטעלט צו איז אטאמאטיש משוחד.
און דעס וואס די שולחן ערוך זאגט אז התובע הולך אחר הנתבע, מוז מען צו קומען אז די שולחן ערוך האט זיך טועה געווען, שומו שמים!!!
פוסטע יונגען, ליידיג גייער און עמי הארצים, גענוג אז עטס האט מבזה געווען סאטמאר אין די גאנצע וועלט, וואס ווילט עטס אבער פון די תורה האבן, די תורה האט דאך ענק גארנישט געטאן.
למשל לאמיר זאגן אונז וויל מיר גיין צי צי נארווארדיגער ב"ד אין עטץ ווילטס גיין צי עפעס אן אנדערן ב"ד זענט עטץ גערעכט התובע הולך אחר הנתבע אבער דארט ווי דער תובע טאנעט אז דער ב"ד איז משוחד אין האט נגיעות קען מען נישט גיין צי דעם ב"ד העכסטענס קען דער נתבע אויסקלויבן אן אנדערען אומפארטייאישער ב"ד.. און פארשטייסט אליין אז מענטשען וואס זענען אנגעזאפט מיט "קנאה" אויף רבינו שליט"א אין דאס האט שוין געפירט צי בלינדע שנאה וד"ל קענען נישט זיין קיין דיינים אין דעם ענין, אין בפרט ווען זיי האבן זיך געלאזט הערן מיט די באקאנטע טרועריגע קשר של רשעים בריוו נאך פאר זיי האבן אפילו אונז אויסגעהערט אין אויך האבן זיי עובר געווען אויף דעם "שמוע בין אחיכם" פאר שטאנען אידעלע שחמט..
אידעלע אויב דיין מצב יעצט הייסט רואיג דאן וואס הייסט שפרינגען???
למעשה זערזעהן זיך די זאליס אין א שווערע פראבלעם, הרב זאלקי וואס וויל זיך דערקלערן אלס סאטמארע רבי דורך גנבענען דעם רבינס הויז (עכ"פ אויף דערווייל וד"ל), אין למעשה קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט,ער איז אויסגעשפיגן פון יעדען רעכט דענקיגער יוד, אין הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א וויאנט אין מאנרא אין די גאנצע וועלט דרייט זיך מיט זיינע פסקים הידורים חומרות אזש עס קען זיך נאך איינעם דאכטען אז ער איז די עכטע סאטמארע רבי, עכ"פ איך פארשטיי אידעלע שחמט דיין פראבלעם.
איך ווייס אז אידעלע שחמט וועט נישט שולדיג בלייבן ער וועט עפענען א קיתון של שופכין מיט ניבול פה אין ליצנות ווי למשל ראשקעבעהא"ג חורינער רומאניטין וכו' ווי זיין שטייגער ווייל עפעס אנדערש האט ער נישט אבער עס גייט מיך נישט אן דעם אמת דארף מען שרייבן אין ירא הקהל וישפוט.....
עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי וויי די חארונים פארקריכן אלעס צוליב זייער פארשימלטן ראשקעבאהא"ג, וואס האט נישט קיין תורה און נישט קיין סחורה.
אידעלע, לאמיך דיך פרעגן איין קשיא
ווען די תורה האט געזאגט "כי השוחד יעוור עיני חכמים" האט עס נישט געמיינט ריח"מ פר"מ אדער עני אנדערע דיין וועם משה רבינו האט געשטעלט?
איך קען דערליידן פערדן אבער איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן
זייט מיר מסביר וואס דאס מיינט שטעלט אייך צו דין תורה
א) ס'איז נישטא קיין אקטועלע הזמנה (די הזמנה וואס נאווארדיג האט געשיקט האבן זיי מבטל געווען)
ב) סאטמאר האט צוגעשטעלט 3 בתי דינים לפנים משורת הדין התובע הולך אחר הנתבע
ג) פארוואס וויל דיין רבי נישט אונטערשרייבן קיין שטרי ברירין
ד) פארוואס ביי ר' יוסף וואלדמאנן נ"י זענען די אייגענע דיינים נישט געווען משוחד? (ווען האבן זיי אנגעהויבן צו ווערען משוחד?)
פאר א יונגאטש וואס האט די העזה צו רעדן אויף א גדול בישראל, וועמען רביה"ק בעל ויואל משה האט אריינגעשטעלט, בלויז ווייל ער וויל נישט אנערקענען די "גדלות" פון דיין ראשקעבאהא"ג - איז ממש א טפשות צו ענטפערן.
איך בין זיכער אז משה רבינו איז ביי דיר אויך אפגעפרעגט... ווייל ער איז אויך נישט אינעם טיעם פונעם הולך בערכאות.
איך קען דערליידן פערדן אבער איך קען נישט דערליידן פערדן וואס ווילן מיך איינרעדן אז זיי זענען מענטשן
די נושא קריכט שוין לעולם פון די נאז, אבער פשוט שלא תשתכח און וויבאלד די קארט האט זיך אויפגעוועקט, קען איך באשטיין נאך איינמאל בלויז צו שרייבן די פאקטן.
1. קהל יטב לב האט קיינמאל נישט געהאט אן אייגענע בי"ד, די מערסטע פאפולערע בי"ד און סאטמאר איז אלס געווען התאחדות, וואס דאס איז אויך נישט געווען די עקסקלוסיוו היימישע בי"ד וואס מ'האט געניצט.
2. די זאלי בי"ד האט רבינו יואל נישט אויפגעשטעלט, דאס האט רז"ל פריש אויפגעשטעלט חוה"מ פסח תשס"ג תיכף נאך ריח"מ איז געלאפן פאר גאב"ד ירושלים און איז אראפגעשטימט געווארן דורך רוב חברי העדה, און אין מיטן די באראש קארט קעיס האט געקאכט, עס צו ניצן פאר לעגאלע מאנעווערעס,.
3. די זאלי בי"ד האבן נישט קיין שום ערפארונג פון פירן דיני תורות, זיי האבן און זייער לעבן נישט געפירט דין תורות.
4. די חברי הזאלי בי"ד זענען ביז די מחלוקה כמעט קיינמאל נישט געזעצן אינאיינעם (אן אנדערע רבנים) דן זיין עניני הכלל, סיז קיינמאל נישט געווען זייער אויפגאבע, יעדער פון זיי האט זיך געטאן דאס זייניגע צו געפסקנט שאלות אדער פארגעלערנט שעורים, נישט מער, זיי זענען קיינמאל געווען עפעס א באזונדערע קערפערשאפט ווי זיי האבן אליינס דן געווען עניני ציבורי.
5. אפי' נאכן גרינדן די זאלי בי"ד, האבן זיי נאך עד היום נישט געפירט קיין איין איינציגע דין תורה, אפגערעדט וואס זיי זענען כמעט נישט אקטיוו מ'הערט נישט פון זיי איבער קיין שום ענינים (פארדעם רופט מען זיי "סיין" בי"ד, ווייל אויסער א גרויסע סיין ווייסט מען נישט פון זיי צו זאגן).
6. איידער מ'איז אפי' געגאנגען צו דין תורה, ווינטער תשס"א, זענען די זאלי בי"ד שוין ארויסגעקומען מיט א שארפע בריוו קעגן די אהרונים, און זיי אנגערופען "קשר בוגדים", הערשט נאך די בריוו האט מען געשיקט די ערשטע הזמנה צו דין תורה, און בערך 7 חדשים שפעטער נאך הארטנעקיגע עקשנות און זיך נישט שטעלן לדין, איז מען אריין אין קארט.
7. אלע בתי דינים וואס די זאליס האבן אנגעטראגן זענען אויסגערופענע זאליס און גרויסע קעגנער פון סאטמאר רבי (מהר"א), צום ביישפיל איינע פון זיי איז ר' יצחק מאנדעל פון קרית יואל, רב מאנדעל איז די אומאפציעלע שיינע איד און די זאלי שוהל און קרית יואל (וואס מ'רופט סאסמאן כולל).
8. די אהרונים זענען אלס גרייט געווען צו גיין צו סיי וועלכע אומפארטייאישע בי"ד אדער בזבל"א, וואס די זאליס האבן נאך עד היום נישט געגעבן קיין שום סברא המתקבל על הלב פארוואס זיי ווילן נישט גיין.
9. רז"ל טייטלבוים איז א הולך בערכאות ווען ער האט אריינגעטראגן די בארא פארקע מוסדות אין געריכט אונעם זעלבן טאג וואס ער האט האט געשיקט די ערשטע הזמנה פון רב גביוף'ס בי"ד און מאנסי, ער האט מיטמאל געגעבן צייט צו מסרב זיין, און געגאנגען צו בי"ד וואס זענען נישט דיינים אין די קהלה וואס לשיטתו טויג עס נישט.
10. אין קרית יואל האט רז"ל טייטלבוים אריינגעגעבן קרימינאלע קלאגעס קעגן קרית יואלע איינוואוינער אין געריכט, נאכדעם וואס זיינע קאנדידאטן האבן פארלוירן די ווילעדש וואלן, וואס דאס גרעניצט זיך מיט מסירה.
11. אין בני ברק איז רז"ל טייטלבוים געווען דער ערשטע אין היסטארע צו אריינפירן א סאטמארע סיכסוך און די ערכאות המינים רח"ל, באותו זמן וואס די אהרונים די נתבעים האבן גאר געשריגן אז זיי ווילן נאר די"ת.
פארפאלן אידעלע שחמט יעצט האב איך שוין נישט וואס צי ענטפערן
כא כא כא
איך מיין אידעלע שחמט אז זאלסט איין מאל אפ טייפן אלע דיינע ניבול אין רעמאנטישע געשרייבעכצער אז די זאלסט קענען יעדעס מאל מיט דעם אפענטפערן וואס דיר געפעלט נישט, דורך קאפיען, עס מוז דאך נישט זיין צי דער זאך דער עיקר מען פירקעלט עפעס, וועסט באקומען דיינע וועדזשאס אזוי אויך...
איך מיין וועסט מיר דאנקבאר זיין
"פארשימלטן ראשקעבאהא"ג" "פערדישע חרונים" אקסען טיפשים וכו וכו'
נו וועט דער קליגער אידעלע שחמט נישט בלייבן גערעכט???
א שאר געווען דיין ווערטער.
אבער אין אמתן גערדט מקוה איד סופער דזשאב זיי ממשיך נאך.....
דשזאב וועל דאן זייער גוט ארויסגעברענגט דעם ענין
מקוה_איד שרייבט
<<
1. קהל יטב לב האט קיינמאל נישט געהאט אן אייגענע בי"ד, די מערסטע פאפולערע בי"ד און סאטמאר איז אלס געווען התאחדות, וואס דאס איז אויך נישט געווען די עקסקלוסיוו היימישע בי"ד וואס מ'האט געניצט.>>
פארוואס האט יאסל וואלדמאנן זיך געמוזט שטעלען צו די דיינים?
<<
2. די זאלי בי"ד האט רבינו יואל נישט אויפגעשטעלט, דאס האט רז"ל פריש אויפגעשטעלט חוה"מ פסח תשס"ג תיכף נאך ריח"מ איז געלאפן פאר גאב"ד ירושלים און איז אראפגעשטימט געווארן דורך רוב חברי העדה, און אין מיטן די באראש קארט קעיס האט געקאכט, עס צו ניצן פאר לעגאלע מאנעווערעס,.>>
דעמאלטס פארוואס האט דיין רבי פארלאנגט אז ר' יאסל וואלדמאנן מוז זיך שטעלען נאר צו די דיינים?
<<
3. די זאלי בי"ד האבן נישט קיין שום ערפארונג פון פירן דיני תורות, זיי האבן און זייער לעבן נישט געפירט דין תורות.>>
דעמאלטס ווי אזוי האט דיין רבי געקענט פארלאנגען אז ר' יאסל וואלדמאנן מוז זיך שטעלען נאר צו די דיינים וואס האבען נישט קיין שום ערפארונג?
<<
4. די חברי הזאלי בי"ד זענען ביז די מחלוקה כמעט קיינמאל נישט געזעצן אינאיינעם (אן אנדערע רבנים) דן זיין עניני הכלל, סיז קיינמאל נישט געווען זייער אויפגאבע, יעדער פון זיי האט זיך געטאן דאס זייניגע צו געפסקנט שאלות אדער פארגעלערנט שעורים, נישט מער, זיי זענען קיינמאל געווען עפעס א באזונדערע קערפערשאפט ווי זיי האבן אליינס דן געווען עניני ציבורי.>>
וואס האט דאס דא א שייכות?
<<
5. אפי' נאכן גרינדן די זאלי בי"ד, האבן זיי נאך עד היום נישט געפירט קיין איין איינציגע דין תורה, אפגערעדט וואס זיי זענען כמעט נישט אקטיוו מ'הערט נישט פון זיי איבער קיין שום ענינים (פארדעם רופט מען זיי "סיין" בי"ד, ווייל אויסער א גרויסע סיין ווייסט מען נישט פון זיי צו זאגן).>>
איבעריג צו ענטפערען מ'הערט פון זיי אסאך מער ווי די ווילסט.
<<
6. איידער מ'איז אפי' געגאנגען צו דין תורה, ווינטער תשס"א, זענען די זאלי בי"ד שוין ארויסגעקומען מיט א שארפע בריוו קעגן די אהרונים, און זיי אנגערופען "קשר בוגדים", הערשט נאך די בריוו האט מען געשיקט די ערשטע הזמנה צו דין תורה, און בערך 7 חדשים שפעטער נאך הארטנעקיגע עקשנות און זיך נישט שטעלן לדין, איז מען אריין אין קארט.
>>
האסט פארגעסען צוצולייגען אהן רשות בי"ד וויל בי"ד האט לכתחלה נאר מתיר געווען מעקל צו זיין בערכאות און עטס זענטס געגאנגען זיך מתדיין זיין בערכאות.
<<
7. אלע בתי דינים וואס די זאליס האבן אנגעטראגן זענען אויסגערופענע זאליס און גרויסע קעגנער פון סאטמאר רבי (מהר"א), צום ביישפיל איינע פון זיי איז ר' יצחק מאנדעל פון קרית יואל, רב מאנדעל איז די אומאפציעלע שיינע איד און די זאלי שוהל און קרית יואל (וואס מ'רופט סאסמאן כולל).
>>
מ'האט געטוען לפנים משורת הדין אין צוגעשטעלט דריי אומפארטייאישע בתי דינים וואס פארמאגען אין זיך עהרליכע רבנים (ליצנות מאכען פון רבנים האט נישט קיין גרעניץ) ווען עפ"י ההלכה איז דער דין אז התובע הולך אחר הנתבע.
<<
8. די אהרונים זענען אלס גרייט געווען צו גיין צו סיי וועלכע אומפארטייאישע בי"ד אדער בזבל"א, וואס די זאליס האבן נאך עד היום נישט געגעבן קיין שום סברא המתקבל על הלב פארוואס זיי ווילן נישט גיין.
>>
ווייל מ'קען נישט גיין צו קיין זבל"א אהן קיין שטרי בירורין.
אדרבה ארלעדיג ביי דיין רבי'ן אז ער זאל אונטערשרייבען שטרי בירורין.
<<
9. רז"ל טייטלבוים איז א הולך בערכאות ווען ער האט אריינגעטראגן די בארא פארקע מוסדות אין געריכט אונעם זעלבן טאג וואס ער האט האט געשיקט די ערשטע הזמנה פון רב גביוף'ס בי"ד און מאנסי, ער האט מיטמאל געגעבן צייט צו מסרב זיין, און געגאנגען צו בי"ד וואס זענען נישט דיינים אין די קהלה וואס לשיטתו טויג עס נישט.
>>
דאס גרעסטע ליצנות פון דיני תורות האט זיך אפגעשפיעלט און ב.פ. ווען אהרון וועלץ האט אנגערופען ר' יודל גרובער אז ער וויל עם נעמען פאר בורר האט עם ר' יודל געענטפערט איך קען עס נישט נעמען ווייל איך בין שוין אויף די צד שכנגד נעם מיין שוועסטערקינד פון מאנסי, און ער האט עם גענומען פאר בורר.
נאכדעם האט ער גערופען ר' זלמן גרויז אז ער וויל עם נעמען פאר טוען און ער האט דאס אנגענומען כאטשיג א נאכט דערפריער האט ער גענומען א דיפאזיט פון מענדל שווימער צו זיין זיין טוען.
ווען בי"ד האט געזען וואס דא טוט זיך האבן זיי געגעבען א רעכט מעקל צו זיין און ערכאות.
סופער, קורץ און שארף.
ווער-בין-איך
אדרבה ארלעדיג ביי דיין רבי'ן אז ער זאל אונטערשרייבען שטרי בירורין.
פאר וועם???????
2. די זאליס קומען מיט די בלאף פון די "קהל בי"ד" נאך מימות רבינו יואל. דאס איז א ליגענט און א שווינדעל די גאנצע זאלי ביד"צ איז א 2003 ערפינדונג, ריין געגרינדעט דורך די זאליס פארן שכר וואס זיי האבן געשריבן די "קשר בוגדים" בריוו.
3. די זאליס שטעלן אן א קעלבערנע פנים ווען זיי שרייען אז זיי זענען מציע אנדערע בתי דינים, כאילו די פאקט אז אלע זענען במכוון אויסגעשפראכנע קעגענער פון סאטמאר רבי איז מיטאמאל נוגע לענין, און זיי טוהען גאר לפנים משורת הדין. וואס מיינען זיי? די וועלט איז משוגע?
4. אינטערסאנט, איבעראל ווי די זאליס האבן נישט די בעלות, זענען זיי און ערכאות מיט אלע קליפערלעך, ממש איבעראל, און זיי טיען עס מיט חשק און די ערשטע שריט, און זיי האבן זעק מיט תירוצים אז זיי מעגן, אבער ווען מ'רופט זיי נאר אפי' צו א בי"ד, שרייען זיי געוואלד מרופט די רבי צום בי"ד! היפאקריטיע צו די עקסטרעם!
-ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן, ר' זלמן לייב פילאפ, ר' שלמה לייב וויינבערגער, ר' חיים דוד כ"ץ
-ר' זלמן לייב טייטלבוים
-ר' יחזקאל ראטה
-ר' שמעון מאיר לאנדא
-ר' יצחק מאנדל
זענען אלע תלמידי חכמים וואס זענען ראוי צו פירן דין תורהס, און זיי זענען אלע אומפארטייאיש קעגן סאטמארע רבי.
פליז, זאג עס הויך און קלאר. יא אדער ניין
און בכלל איז אינטערסאנט אז אהרן ט"ב זיצט אין מאנראו און דרייט מיט א וועלט, טא פארוואס איז ער אזוי דעספערט ארריינצוקומען קיין וומס"ב און סייוואו ער לויפט ארום איבעראל? עפעס קוקט אויס אז די וועלט דרייט זיך נישט ווי ער וויל.
אגב וויל איך וויסן צי האט אהרן ט"ב שוין אמאל אפגעשריבן א פעסטע תשובה להלכה? נישט וואס אנדערע האבן אים געשריבן?
אויב יא, פארוואס איז נישטא קיין שום געדרוקטע תשובה פון עם? פארוואס באהאלטן עס די ארונים?
תוקן על ידי אידעלע ב- 21/03/2007 6:11:40
1. עס איז דא א פסק הלכה שנת תשמ"ד פון אלע רבנים שליט"א ולהבלח"ח זי"ע, ובראשם כ"ק בעל ברך משה זצ"ל, - דאס זעלבע איז דא פון די רבנים אין ארץ ישרא'-, ווי זיי שרייבן אז אזוי ווי היינט איז די עניני הבי"ד נישט מסודר, ממילא ווען א איד ענטפערט פאר א בי"ד אז ער וויל גיין זבל"א איז נישט דא מער תובע הולך אחר הנתבע און מען דארף מען גיין זבל"א.
דאס איז אפילו די נבתע שלאגט פאר 10 בתי דינים און כל שכן 5 אייגענע דיינים דארף מען גיין זבל"א.
און אזוי איז געטאן געווארן ביי אלע קהלישע מחלוקת די לעצטערע יארן, ווי: קהלת באבוב, קראסנא, וכו', און אזוי האט יעצט די בדי"צ העדה החרדית געזאגט פאר די זאליס נאכן ריפן אין קארט אין בני ברק.
2. יוסף וואלדמאן שר"י האט קיינמאל נישט פארלאנגט אז מען זאל גיין זבל"א, נאר ער האט פארלאנגט אז מען זאל גיין צו די גע'אסר'טע בי"ד פון לאנדענסמאן.
3. צו זאגן אז מען דארף גיין צו די אייגענע דיינים וואס זענען אויף זייער פעראל, 1. איז קעגן די תורה הק' וואס זאגט אז מען טאר נישט נעמען קיין שוחד, 2. עס אזי פונקט אזוי ווי מען זאגט אז מען דארף גיין צו דין תורה צו משה וואלף קליין, אברמי ברוין, משה גבאי, מרדכי רובינשטיין, ווייל די זאלי דיינים פירן זיך אויף פונקט ווי זיי אין די נושא, און קענען חושן משפט פונקט ווי זיי.
4 רבינו שליט"א האט קלאר געשטעלט און ר' אלישע הארוויטץ שליט"א האט עס געשריבן אין א בריוו, אז מען וועט זיך שטעלן צו זבל"א, און די בי"ד וועט פארלאנגען אז רבינו שליט"א זאל אונטער שרייבן וועט ער אונטער שרייבן שטרי בירורין.