די וואך, לכבוד א שמחה ביי עמיצן אין בארא פארק, האבן תושבי בארא פארק געהאט די 'זכיה' מיטצוהאלטן א ספעקטאקל וואס איז לכאורה קיינמאל אין די היסטאריע נאכנישט פארגעקומען ביים היימישן ציבור.
א גרופע מחללי שבת האבן זיך ארויסגעלאזט איבער די גאסן פון בארא פארק מיט א 'הייליגע' מיסיע זיך אנצונעמען פארן כבוד פון זייער פירער, זאל עס קומען פאר וועלכן פרייז, אפילו אויפן חשבון פון פרעכער חילול שבת.
דער ספעקטאקל איז פארגעקומען אין יעדן סאטמארן ביהמ"ד אין בארא פארק, וואו די גרופע איז ארומגעגאנגען אפמעקן דעם זכר פון יעדער אנדענק צו די רשעות און געמיינהייט פון זייער פירער. אויפן וועג פון איין ביהמ"ד צו די אנדערע האבן זיי אויך אריינגעכאפט זיך אונטערצוהאלטן מיט זייער וועכנטליכער פארוויילונג פון שרייען שבת אויף אידן וועלכע טוען עפעס וואס איז לדעתם נישט אויסגעהאלטן צו טון אום שבת קודש.
דער קלימאקס פון זייער חילול שבת איז פארגעקומען אין דעם ביהמ"ד אויף 15 עוועניו, וואס איז סמוך ונראה צום סיגעטער ביהמ"ד אין בארא פארק... דארט האבן די פרעכע מחללי שבת אויפגעבראכן - אין שבת קודש ! - די גלאז אונטער וועלכן די שווארץ אויף ווייסע ווערטער האבן אויסגערופן פאר יעדן די נידריגע טעטיגקייטן מיט וועלכן זייער פירער באשעפטיגט זיך, און אראפגעריסן די פלאקאטן וועמענ'ס ווערטער האבן זיי אזוי טיף געשניטן.
יא, יא, כל המחלל שם שמים בסתר, נפרעין ממנו בגלוי !
דוכט זיך אז יעצט וועלן זיי שוין יא גלייבן אין דעם עין רואה, כאטש ביז גלייבן אז וכל מעשיך בספר נכתבים איז נאך מסתמא פאלג מיר א גאנג !

_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!