מיעל מארט: ר' אהרן וועט נישט אויספירן גארנישט !
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2170572
די אייגענטימער פון מיעל מארט (איך שרייב נישט ווער, צוליב דעם פחד פון די ארונישע טעראריסטן) האבן געלאזט וויסן זייער קלאר, אז טראץ דעם וואס דער משגיח איז אראפגעפארן קיין קרית יואל, פאר א שאו מיט ר' אהרן, מכלומרשט צו רעדן בעניני ניקור והמסתעף...
וועט אבער מיעל מארט נישט מאכן קיין שום ענדערונג, צי ער וויל יא אדער ער וויל נישט. וואס עס איז געווען ביז היינט איז גוט געווען פאר מרן רבינו בעל בירך משה זצוק"ל, און אויב עס שמעקט נישט, דעם בן סורר ומורה, וועלן זיי אים נישט נאכטאנצען.
מיעל מארט וועט נישט מאכן קיין שום טויש און ניקור אדער שחיטה, און נישט נאר דאס, נאר מיעל מארט וועט אויפהערן קויפן די איבערגעליבענע אומגעלונגענע טשיקענס פון קרית יואל'ער בית השחיטה. נאר אזוי וועט דער ראשקעבאהא"ג באקומען זיין לעסאן.
פאר די חארונים וועט עס אוודאי נישט שמעקן, אבער דאס איז דער פרייז פון פראבירן צו ווערן דער וועלטס פירער אויפן יענעמס חשבון.
סופרים איז בעסער ווי מיעל מארט
_________________
דער אייגנטומער איז נישט קיין בעל הבית אויפן כשרות
זיין בעל מכשיר דארף מחליט זיין פאלגן אדער נישט
דער באטורער רב, ווער ער איז אוועק פון די מיטינג מיט דעם ראשקעבאהאג האט געזאגט פאר זיינע מקורבים אז דער יונג שטינקט פון גיאות און אז ער מיינט אז מיט א פשעטל קען ער מנקר זיין.
הקיצור, דער נירבאטור רב איז דער וואס האט געזאגט פאר זיינע באלעבטים אז נישטא גארנישט וואס מוסיף צו זיין, און אלעס וואס ר' אהרן זאגט איז הוילע שטותים און הבלים.
ער האט געזאגט פיל מער, איך וויל אים נישט מאכן קיין צרות פון די טעראריסטן פונעם ראשקעבאהאג.
אויב וועט מיעלמארט פראבירן צו זיין אויבער-חכמים, און זיך ארומשפילן מיט כשרות, וועט מען בלית ברירה אנהייבן נוצן SUMPEME, וואס שטייט אונטער די השגחה פון נייטרער דיין, ר' מנחם מאיר ווייסמאנדעל שליט"א, און איז נאך פינקט אזוי גוט ווי עלי פראסעסינג פלייש.
ס'זאל קיינער נישט מאכן קיין טעות. מיעל מארט איז נישט די איינציגסטע קאמפאני.
עס איז היינט א אפענע וועלט. אויב וועט זיך מיעל מארט נישט צושטעלן צו כשרות, וועט ער אי"ה געוואויר ווערן פינקטליך ווער ס'איז באלעבאס. פרעש ענד העלטי יוכיח !
!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אויב מיינט אהרן וויינשטאק אז זאלי און זיין סיין בית דין, זענען די ווארטזאגער אין סאטמאר, זאל ער זיך גוט, גוט איבערקלערן.
טיפיקעל ארוני, טעראריסט.
די סטראשעסט מיט טעראר. סטראשעסט מיט א בויקאט.
ווייז זיין פארשטיקענע חארונישע פרצוף.
א ידיד מיינער שיקט מיר אריין אין אישי, אז
פרעש און העלטי איז אויף געבראקטע צרות, פיאנציעל און אין כשרות אויך.
ענקער מאיר הירש האט געזאגט אז ער וועט נישט אריינעמען פרעש ענד העלטי, און ער ווייזט דעם ראשקעבאהאג דיינעם א פייג צום דריטן און צום פערטן מאל.
נא דיר מיט דיינע חארונישע חלומות
ווי קומט דא אהער טעראר.
מ'רעדט דא פון כשרות, מ'רעדט דא פון אידישקייט, און ביי די דעפרעסטע זאלונים הייסט דאס טעראר, אמתהה?
דאס הייסט אזוי,
אויב ווילן חסידישע אידן נישט עסן קיין מאשין מצות פסח, איז דאס טעראר קעגן מאנישעוויץ?
אויב ווילן חסידישע אידן נישט עסן קיין פיינקעל פלייש, איז דאס טעראר קעגן דעם מאכיל נו"ט?
אויב וויל מען מהדר זיין און מאכן תיקונים ביי מיעל מארט, און איינפירן נייע הידורים ווי צ.ב.ש. שחיטה מונחת, און הידורים מיט ניקור, הייסט דאס טעראר?
און בכלל, ווער זענען די טעראריסטן אויב נישט ענקער ראציגע סיין בית דין. א בי"ד חצוף פון פוסטע אמעראצים און שטריקעס וואס לא קראו ולא שנו, נישט געפירט קיינמאל און לעבן קיין דין תורה, און זיך א נאמען געגעבן בי"ד, פאר פאליטישע סיבות, פאר ריכטער באראש?
שעם דיך מיט דיינע שטריקעס, גאב"ד, ראב"ד און אנדערע חברי הסיין בי"ד
ולהוי ידוע, אז טויזענער אידן שומרי תורה ומצות וועלן קעמפן מיט מס"נ פאר הידורים ביי עלי פראסעסינג, מיט גוטן און דערנאך מיט בייזן....
מיר צאלן אוועק שווערע רבבות פאר כשר פלייש. מיר ווילן דאס בעסטע !
אויב וועט זיך עלי פראסעסינג (מיעל מארט) נישט אינטערווארפען, וועט ער אויסקוקען פינקט ווי פינקעל וד"ל.
שחיטה מונחת = פאליטיק !
ניקור = אני ואפסי !
כשרות = טעראר !
אידשקייט = אזוי וויל איך !
ער האט זיך דערקלערט ראשקעבאהא"ג מיט טעראר...
אזוי איז מען נישט סאטמארער רבי... אזוי איז מען אסאמא בין לאדען.
קיינער דארף נישט זיינע הידורים וואס מיינט פאליטיק און רשעות.
פרעש און העלטי איז אויף צרות.... כא כא כא
פרעג מרדכי גוטמאן וועסטו הערן ווער ס'איז אויף צרות.
דאס וואס ר' מאיר הירש קען עס נאך נישט נעמען, איז ווייל פרעש און העלטי האט דערווייל נאכנישט געקענט נאכקומען צו פראדוצירן די ריזיגע 5 גאלאן'דיגע מילך קאנטעינערס.
אין ביהמ"ד המפואר נוצט מען נאך אויך נישט פרעש און העלטי צוליב די זעלבע סיבה, אבער ווי נאר עס וועט אי"ה זיין צו באקומען, וועט עס יעדער קויפן.
און לגבי די פלייש שרייסטו און די פארפירסט, אבער וואס איז מיט דיין פורים בית דין?
די שרייסט היתכן אז נירבאטור רב איז געווען ביים סאטמארער רבי'ן איבער עניני ניקור
פארוואס גייט ער נישט צום נעילת החג רעבע, אדער צו סיין בית דין...?
האסט אפשר א תירוצ'ל?
אויב הלאט נישט מיעל מארט ביים נאכגעבן גארנישט אין כשרות, פארוואס האט ער געשיקט דעם נירבאטור רב מיט עטליכע בהמות גסות ודקות, און מיטן בעל מנקר יאקובוביץ.
און בכלל וואס איז די שפיל, וויל דען מיעל מארט אז רובאשקין אדער א צווייטער זאל אריינקומען, און נאך זיין מער מהודר פון אים?
ביטע מסביר זיין
אידעלע
הלטסט און איין רעדן אז דער און יענער איז פאר אדער קעגן די פלייש.
און וואס האלט דיין רבי אליינ'ס?
ר' זאלי האט פריער אנגעקאלט די בעל הבתים פון מעיל מארט און ער האט זיי געזאגט אזוי:
איך ווייס נישט וואס מיין ברודער אהרן וויל ניקור ארויף און אראפ, אזוי זאלצן, שחיטה בקנחת...
עס אינטערסירט מיך נישט, אייך זאך יא האט ער געזאגט שטרענג!
פאר מען וועט טאן סיי וואס אין מען וועט עפעס פארבעסערן, דארף מען קודם קומען צו מיר מיט א ריזיגע בהמה, און דער נירבארטור רב דארף קומען און ווי מער מענטשן מער, און איך וועל זיך צוזאם זעצן מיט מיין בי"ד הגדול, אונז וועל מיר זיצן מען וועט שטעלן די בהמה און פארנט מען וועט כאפן א גוט בילד...!
און נאכדעם קענטס עטץ טאן וואס עטץ ווילסט!
די גאנצע זאך דארף נישט נעמען מער ווי 2 מינוט, האט ער זיי מסביר געווען...!
איך האלט אז מארגן זאל קומען אינטערנעשאנעל און ברענגען דעם ראשקעבאהא"ג א גרויסן פעטן חזיר'ל, (דבר אחר בלע"ז) און חורינער זאל דרייען מיטן פעשן פינגער, און אויסשרייען מיט זיין זיסע באסאווע שטימע:
חזיר ! טריפה!
און אלע חארונים וועלן נאכזינגען ווי אין א כאר: חזיר, שייגעץ ארויס! און דער ראשקעבאהא"ג וועט נאך גרעסער ווערן... ס'טייטש גאנץ כלל ישראל פאלגט אים.
דעמאלטס וועט עטס אלע זיין עכט עכט העפי.
אידעלע די דערמאנסט מיך פון איינער וואס פלעגט האבן א סלאגען
איך קען דערליידן פערדן, אבער וואס איך קען נישט דערליידן איז מענטשען וואס רעדן ווי פערדן
איך ווייס אבער נישט וויאזוי די פערדן האבן זיך אויסגעלערנט טייפן אויף היידפארק
איך האב נישט גע'חלומ'ט אז די חארונים וועלן אזוי שפרינגען.
דער דורכפאל איז ענקערס, עסט עס אויף. (תאכל אותו, בלע"ז)
באמת האב איך נישט געפלאנט זיך אנצורופן דא. נאך אלעם קען איך אויך נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...
אבער ס'איז ממש צו שטוינען פון די וואנזיניגע פערדעריי מיט וואס איך דארף זיך דא באגעגענען.
האט סאטמארער רבי געבעטן עפעס פון מיעל-מארט?
דער סאטמארער רבי שליט"א ארבעט שוין יארן לאנג אהערצושטעלן אן אייגענע שחיטה אויסשליסליך אונטער זיין קאנטראל. אנגעהויבן מיט א שחיטה פאר עופות - וואס עס איז מעגליך אהערצושטעלן אין ניו יארק - און וואס בחסדי ה' איז זיין לאניעריגער שטרעבונג צושטאנד געקומען דורך זיינע געטרייע שלוחים פון ועד הקרי', ובראשם הרה"ח ר' מאיר הירש שליט"א און הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין ני"ו.
היינט צו טאג איז די קרית יואל'ער שחיטה די שחיטה אין גאנץ ניו יארק. אין אלע שיכטן און קרייזן ווייסט מען אז פלייש פון קרית יואל איז דאס מערסטע מהודר. א פאקט וואס האט געשטעלט אן אומגלויבליכער דילעמא פאר די אנפירער פונעם בית השחיטה, וועלכע זענען בכלל נישט געווען גערישט אויף אזא מעטאארישן שפרונג, און היינט קען מען פשוט נישט נאכקומען דעם פארלאנג.
דאס זעלבע וועט אי"ה זיין מיט די סאטמארער שחיטה אויף בהמות - וואס דאס איז שוין אוממעגליך צו אויספירן אין ניו יארק. עס וועט אי"ה ביז געציילטע יארן זיין די מהודר'דיגסטע פלייש אין גאנץ ניו יארק. פונקט ווי די עופות.
סיי מיעל-מארט און סיי רובאשקין ווייסן פון דעם סוד, און דערפאר שפרינגען זיי. סאטמארער רבי איז גארנישט שולדיג אז ביידע רייסן זיך נאך אים.
אזויפיל בעט איך דיר אידעלע. ווען די שחיטה וועט צושטאנד קומען זאלסטו ביטע מקפיד זיין נישט צו עסן פון די דאזיגע פלייש. אפשר אזוי וועט מיר געלונגען צו באקומען באק פלייש כאטש איינמאל א חודש...
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
קרית יואל'ע שחיטה איז א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער.
דריי מיר נישט קיין קאפ מיט קיין הידורים, איך זעה נישט אז יאוואזשנער רב זאל מקפיד זיין צו עסן קרית יואל'ער פלייש,
איך זעה נישט אז הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א זאל עס זוכן צו עסן.
איך זעה אז ארונימלעך ווילן עס עסן, אלס פארטיי אויס. געזונטערהייט. מיט קיין חומרות און אידישקייט האט עס לגמרי גארניקס.
געגאנגען,
דאס הייסט אז די סטראשעסט די גענז, דער ראשקעבאהא"ג וועט עפענען אייגענע שחיטה פאר גסות (נוסח פינקעל)
וועמען ארט עס, עפענטס ענק בית השחיטות, און אזוי וועלן אלע כשר'ע און פיינע יאקעס פטור ווערן פון דעם פראבלעם וואס ריפט זיך "ר' אהרן טייטלבוים קרענק".
דער גאנצער פראבלעם יעצט, איז נאר ווייל דער ראשקעבאהא"ג סטראשעט... זאל ער שוין איינמאל פאר אלעמאל עפענען און מיר וועלן שוין פטור ווערן פון אים.
אידעלע אויב דיין מצב יעצט הייסט רואיג דאן וואס הייסט שפרינגען???
למעשה דערזעהן זיך די זאליס אין א שווערע פראבלעם, מהרז"ל וואס וויל זיך דערקלערן אלס סאטמארע רבי דורך גנבענען דעם רבינס הויז (עכ"פ אויף דערווייל וד"ל), אין למעשה קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט,ער איז אויסגעשפיגן פון יעדען רעכט דענקיגער מענטש בכלל און אין די רבנישע וועלט בפרט, אין הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א וויאנט אין מאנרא אין די גאנצע וועלט דרייט זיך מיט זיינע פסקים הידורים חומרות אזש עס קען זיך נאך איינעם דאכטען אז ער איז די עכטע סאטמארע רבי, עכ"פ איך פארשטיי אידעלע שחמט דיין פראבלעם.
איך ווייס אז אידעלע שחמט וועט נישט שולדיג בלייבן ער וועט עפענען א קיתון של שופכין מיט ניבול פה אין ליצנות ווי למשל ראשקעבעהא"ג חורינער רומאניטין וכו' ווי זיין שטייגער ווייל עפעס אנדערש האט ער נישט אבער עס גייט מיך נישט אן דעם אמת דארף מען שרייבן אין ירא הקהל וישפוט.....
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 27/03/2007 23:17:44
_________________
איך האלט זיך ביי די זייטן, ווייל עס טוט דיר וויי אז מיעל מארט האלט נישט ביים נעמען קיין שום הוראות פונעם הולך בערכאות.
יא עס טוט דיר וויי, און איך פארשטיי דיך. די דארפסט אבער פארשטיין אז עס קען נישט פירן די וועלט איינער וואס לא קרא ולא שנה ולא שמש תלמידי חכמים ווי דער ראשקעבאהא"ג דיינער.
מיעל מארט האט קלאר געזאגט אז "מפטירין כדאתמול". און דער ראשקעבאהא"ג קען זיך עפענען אייגענע בית השחיטות, פאר גסות און דקות, עופות און טערקי, אבער קיינער וועט זיך נישט ברעכן פאר זיין טעראר.
אידעלע האסט איין פראבלעם........
ליידער... ליידער.... לדאבונך.... ביסטו נישט די ענדגילטיגע באשלוס מאכער פון מיעל מארט.
מאיר הירש האט קלאר געזאגט פאר "פרעש ענד העלטי" אז ער האלט נישט ביים איבערלאזן גאלדען פלאו, ווייל "פרעש ענד העלטי" איז א שוואכע קוואליטי וואס וועט גאנץ שנעל נישט עקזיסטירן! און לגבי דעם פלייש: מיר ווארטן שוין אז מאנראו זאל אנהויבן נעמען פלייש פון רובאשקין. איי וועט ער א טובה טאן פאר סאטמאר!
למען האמת וויל איך נישט אז זאל זי טאקע טועה זיין אז דאס וואס אידעלע זאגט איז אמת לגבי פרעש ענד העלטי און ק"י מוסדות
די בעלי בתים פון פרעש ענד העלטי זענען געזיצן ביי א מיטינג וואס ר' מאיר הירש האט פארופן און אזוי ווי ??? האט געזאגט אז זיי קענען דערווייל נישט נאכקומען די פארלאנג
Yidala make up your mind its good for Zali that
satmar takes from rubashkin or not? Here you claim
that you are waiting we should take from them and
its will be better for you, in a other ashkol you
cry hayituchen the rabe haket inter the satmar
meat, is he building or destroying the your satmar
meat?
נעכטן האבן די בעלי בתים פון מיל מארט באפוילן פאר כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
אז זיי נעמען אן זיינע רעקאמענדציעס, און אויף אלע 9 געביטן וועט מען אנעמען אלע
אנווייזונגען פונעם רבין, וואס ער האט פארלאנגט.
נאכדעם וואס די בעלי בתים פון מיל מארט האבן אראפ געשיקט זייער בעל מכשיר דער באטערער רב
צום רבין שליט"א עם איבער צו צייגן אז אלעס איז כהוגן און ס'איז דארט געווען א שטיקל סתירה צעווישן
דעם באטערער רב און זיין אייגענער הויפט משגיח, דעמאלטס זענען זיי געוואר געווארן אז דער רבי
שליט"א איז בקי בכל דיני ניקור און אז ער איז כהיום א מומחה עצום, און דער באטערער רב האט טאקע
באותו מעמד געזאגט פארן רבין אז ער גייט תו"מ רעקאמענדירן פאר זיינע בעלי בתים אנצונעמען
אלעס וואס דער רבי הייסט, וכן הוה א טאג צוויי שפעטער האבן די בעלי בתים באפוילן אז זיי
זענען גרייט אויף אלע תיקונים וואס דער שליט"א הייסט,
ולא תסור מכל הדברים אשר אנכי מצוה אתכם היום ימין או שמאל.
איך מיין אז יודעלע וועט זיך אצינד דארפן אנשליסן צו ראבאשקין...
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 23/03/2007 18:31:57
יענקעלע,
דיינע סאורסעס זענען זעט אויס, פארגיפטעט.
מיעל מארט האט זיך נישט געבראכן. געבראכן האט זיך דער ראשקעבאהאג דיינער.
ער האט זיך געבראכן אז ער גייט נעבעך נעמען פלייש פון בראזיל און אוריגוויי און אפשר וועט ער; פארן ביז תימן, זוכן פלייש פאר זיינע קעלבלעך.
דא האלט עס, ער איז נישט באלעבאס... ער קען אויף קיינעם נישט ארויפצווינגען זיינע שיגאנען און שיקאנירונגען. אין ברירה האט ער, פירן זיינע משוגעים קיין בראזיל אדער יענעם עק וועלט.
געלויבט דעם פון אויבן, אז סאטמאר פירט ער נישט.
אידעלע צו מעיל מארט וועט פאלגן רבינו שליט"א אדער נישט דאס וועלן מיר זעהן.
אבער לאמיר הערן וואס איז ר' זאליס מיינוג איבער דעם ענין?
האט ער עפעס אין ניקור, שחיטה, וואס ער וויל מתקן זיין?
איך מיין אז מען זאל מאכן אזא דיל רבינו שליט"א זאל קעיר נעמען פון די רוחניות חלק פון די בהמות, ניקור שחיטה הלכות וכו'.
אין ר' זאלי זאל קעיר נעמען פון די גשמיות חלק, צ.ב.ש. ווי דיק די בהמות זאל זיין , ווי פעט, א גוטע סטעק...
הער אויף מיט דיין פוסטע נארישקייט.
רבינו שליט"א האט קלאר געזאגט אז דאס זוכן צו משנה זיין פון וואס רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע האט געוואלט, און וואס רבינו בעל בירך משה זצ"ל האט געטאן, צייגט אז ער זוכט צו קאנטראלירן די וועלט.
ברוך השם אז די גאנצע וועלט בכלל און סאטמארער חסידים בפרט זענען פטור געווארן פון דעם שלאנג וואס רופט זיך ראשקעבאהא"ג, ער איז שוין היינט מער נישט באלעבאס, נישט אויף די קהילה הק' און נישט אויף די מוסדות הק', וועגן דעם פראבירט ער צו טעראריזירן ביי די מצות און ביי די פלייש. ער וועט גיין מיט רובאשקין, און אלע אנדערע טריפה'נע פירמעס.
אבער עס וועט אים אי"ה נישט געלונגען גארנישט. מיעל מארט וועט זיך אי"ה נישט ברעכן פאר אים און פאר זיינע טעראריסטן, נאר טאן ווי די הדרכות פון מרן רבינו שליט"א ובית דינו הצדק.
ביטע זאגן צו דער מכולמר'שטער ''רבינו שליט''א'' ווייסט בכלל וואס רביה''ק בעל ''ויואל משה'' און ממשיך דרכו בעל ''ברך משהזי''ע ועכע''י האבן געוואלט אפי' נישט קלאר, און ביטע צו לייגן דא די חשוב'ע און גרויסע הדרכות פונ'ם ''צדיק'' צו ער ווייסט בכלל וואס שחיטה און ניקור איז .
הרב החסיד רבי עזריאל גליק שליט"א, משב"ק אצל מרן רביה"ק בעל ויואל משה, ומרן רביה"ק בעל בירך משה האט אויסגעדרוקט אז דאס וואס דער ראשקעבאהא"ג טוט איז א מורא'דיגע פירצה אין כשרות און וועט מכשיל זיין טויזנטער אידן.
דאס איז סיי מיט זיינע מכשולות אין די ווייץ און סיי מיט זיינע פלענער צו מאכן שינויים און שחיטה וניקור.
דער אמת איז אז רבי עזריאל דארף זיך נישט זארגן, זיינע חלומות ווען קיינמאל נישט מקוים ווערן. כלל ישראל איז שוין בייגעקומען פיל גרעסערע חברה-לייט ווי דעם יאקעל דער צר התורה, און ראשקעבאהא"ג, וועמענס פיס זענען שוין ב"ה גוט אינטערגעהאקט.
מיעל מארט וועט אי"ה שטיין פעלזן פעסט און וועט טאן אלעס לויט די הוראות פון די בעלי מכשירים, און די הוראות פונעם בית דין שע"י קהל יטב לב דסאטמאר, עד ביאת משיח צדקינו, בב"א.
ר' עזריאל האט אויך פארשטאנען תשל"ט אנדערש ווי תש"מ, ממילא מיט די צייטן איז שווער זיך אויסצורעכענען, עס ווענדט זיך וואס עט זיין שפעטער,
איך גלייב נישט קיין איין מעשה וואס ר' עזריאל דערציילט ווייל עס קומט פון זיין מצה אויבען.
ווילסטו אז איך זאל גלייבן דיינע מעשות וואס די פארציילסט פון ר' עזריאל...
_________________
עס איז נישט קיין וואנדער אויף זיי גייען דאך ארויס א קעגן כל התורה כולה וויייל מרן האדמו''ר מסאטמאר שליט''א לערנט עס .
_________________
לאכטס א גוטס...!
אידעלע.
לאמיר הערן וואס די האסט צו זאגען, מעגסט קומען מיט דיין יעצטיגע ניק,
ס'איז בכלל דא א שחיטה אין טעקסאס?
אפי' מיט'ן ניק פארמעגליך אדער YES WE CAN