היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בעלזער דיין ביי כ"ק מרן מסאטמאר שליט"א

בעלזער דיין ביי כ"ק מרן מסאטמאר שליט"א

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2169958

SIM89 » 18/3/2007 11:27

קיינער האט נכאנישט געשריבן וועגן דו וויז'יט פון הגה"צ רבי יעקב גרינוואלד שליט"א חבר בד"צ "קהל מחזיקי הדת" בארה"ק ביי כ"'ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

איך האב געהערט צו זאגן, אז די דיין שליט"א- וואס איז א גאון שבגאונים מרא דכולא תלמודא, איז געווען ביים סאטמארע רבי שליט"א אריבער א שעה צייט, אין די שמועס איז געווען אין לערנן.

ווער ווייסט וואס שטייט אינטער דעם וויז'יט.

עפשטיין » 18/3/2007 20:27

ער איז געועון ביי א שמחה אין סאטמאר באבא פארק אין געדאווענט אין אברכים.

hotwire » 18/3/2007 21:05

ער האט געזאגט א שיעור אין קרית יואלע כולל

שחמט » 18/3/2007 22:18

דער דיין הרה"צ רבי יעקב גרינוואלד שליט"א איז גיקימען צי ד חתונה פין זיין קאזין ר' מרדכי מיטטעלמאן אין איז צוזאמען מיט ר' מרדכי געווען ביים סאטמארער רבי שליט"א אינדערהיים אויף 550 בעדפארד עוועניו, אין לויט ווי ר' מרדכי פארציילט האבן זיי במשך צוויי אין א האלב שעה פארברענגט אין תורה דער דיין האט פארגעלייגט פארן רבין שליט"א זיינע שווערע פראגן בדברים העומדים על הפרק אין דער רבי האט אלעס גיענטפערט בטוב טעם, דער דיין איז פשוט נתפעל געווארן פונעם גאונות אין בקיעות פין סאטמארער רבי, ער האט זיך אהיים פארעדיג אין די קאר אנגיריפן צו ר' מרדכי בדרך צחות אז פאר א עם ארץ קען ער גאנץ גיט לערנען,  

גוטזאגער » 19/3/2007 00:44

"פאר אן עם הארץ קען ער גאנץ גוט לערנען" כא כא כא.

אזא הערצה אויף אלע מיינע שונאים (רז"ל) געוואונטשן...

אידעלע » 19/3/2007 03:14

מ'האט דארט ארומגערעדט איבער גאר אסאך מקצועות אין ש"ס, און איבער אסאך פארצווייגטע מנהגים בתפוצות ישראל, דער בעלזער דיין איז ארויס פון דארט נבהל ונשתומם.

איזראלי » 19/3/2007 14:11

דער בעלז'ער דיין איז ארויס נבהל ונשתומם עד היכן החוצפה מגעת אז אזא ע''ה מדאורייתא ומדרבנן רעדט זיך איין אז ער איז ראוי צו זיין סאטמאר'ער רבי .

בן_אהרן » 19/3/2007 14:51

בעיקר האט ער ארויסגעברענגט זיין שיטה
אז פירעם בייטאג מאכט מען נישט קיין
שהחיינו פאר מגילה ליינען
פונקט ווי חנוכה מאכט מען נאר איינמאל א שהחיינו
אויף די הדלקה
עס איז געפלויגן ממש פונקען פון זיין הייליגן מיילעכל
דער דיין פון קהל מחזיקי הדת איז ארויס נבהל ונשתומם
ער האט געזאגט אז אפילו אין די צייטן פון די תנאים ואמוראים
וואלט ער געווען א חידוש