היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סיין בי"ד לאזט רח"ד כ"ץ אפען וואסער

סיין בי"ד לאזט רח"ד כ"ץ אפען וואסער

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2168455

שורשנגח » 15/3/2007 18:37

די מעכטיגע סיין בי"ד בראשת הגה"צ ראב"ד ראס סטריט שליט"א האבן נישט געוואלט אונטערשרייבן א מחאה נמרצה וואס די זאליס האבן זיי געבעטן אונטערצושרייבן אויף דעם וואס מען האט ארויסגעווארפן און מבזה געווען רח"ד כ"ץ פון סאטמאר אין בארא פארק.

די רבנים גאונים וקדושים האבן אים געלאזט הענגען און זיך נישט אנגענומען פאר די הייליגע כבוד פון זייער חבר.

די עיקר סיבה איז געווען ווייל דער דיין פריעדמאן'נס - ונשיא מוסדות רמ"א - מענשטן האבן נישט געלאזט, ווייל זיי זאגן אז דער דיין האט שוין גענוג שמוץ געווישט, ער האט פארלוירען דערפאר אין די גאנצע וועלט, יעדער לאכט פון אים, אויך האט ער פארלוירן צענדליגער געלט שטיצער וואס געבן אים מער נישט קיין פעני, וואס כידוע איז ביים דיין געלט זייער זייער חשוב.

די זאליס האבן נישט געהאט קיין ברירה און ארייינגעלייגט די מעכטיגע שעלטדיגע אנגעווייטאגטע מחאה אין דער איד, אונטערגעשריבן "הנהלת הקהלה", ווי דארט וויינען זיי זיך אויס מיט ביטערע טרערן אויף זייער צרות אין בארא פארק, און די ביטערע בזיונות וואס כ"ץ האט.

יעצט הייסט עס אז די גאנצע כ"ץ משפחה אנגעפריט פון הגאון הגדול ר' זישא כ"ץ גייען ארויסקומען מיט א מחאה נמרצה מאוד מאוד מאוד...

ארגינעלער » 15/3/2007 19:01

ר' יעקב בער שליט"א איז מורא'דיג ציבראכן פון די ביזונות וואס דיין כ"ץ מאכט מיט, און ער זאגט ער האט מקבל געווען אויף זיך צו פאסטן בשעת ער טייפט אויפן בלעקבערי און בשעת ער איז ביזי מיט די לאיערס וויאזוי מ'קען מער מסר'ן די מוסדות אין בארא פארק.

שורשנגח » 15/3/2007 19:33

 די סיין בית דין איז ביי די מיינונג אז די קינדער פון רח''ד באלאנגען סייווי נישט אין די מוסדות , ווייל די מוסדות זענען נתייסד געווארן בלויז פאר די 'פוילישע גוים' אזויווי דער לאנגיעריגער ערוב אויף ראדני.

_________________

ארגינעלער » 18/3/2007 08:34

יעקב בער האט פאריגע וואך אנגעריפען שמואל קאמפאוט און אים געזאגט אז אויב דער גראבד מיט זיינע שווענצלעך דיינים קומען נישט ארויס מוחה זיין, וועט ער זיי אלע פייערן.

ער האט געשריגן און געליארעמט אז אויב וועט די סיין בית דין נישט מוחה זיין, גייט די גאנצע בית דין אונטער און ער וועט ווייזן פאר מנשה פריעדמאן ווער ס'איז באלעבאס