היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » זייענן אונזערע קינדער צו אויפגעקלערט

זייענן אונזערע קינדער צו אויפגעקלערט

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2168129

אבימלעבט » 15/3/2007 10:15

איך האב געליינט אן ארטיקעל אז די אפגעזונדערטקייט פון אונזערע קינדער ברענגט פראבלעמען ווען מען גייט ארויס אויף די גאס,

וואס האלט איר דארף מען זיי מער אויפקלערען?

 



תוקן על ידי אבימלעבט ב- 15/03/2007 10:16:42

 



תוקן על ידי אבימלעבט ב- 15/03/2007 10:18:21

עיניםטובות » 15/3/2007 18:18

וואס האט אויפקלערן?

די האלסט דיך פאר אויפגעקלערט? ביסט אונגעליינט למשל?

שלמה_זלמן » 15/3/2007 19:47

אונזערע קינדער זענען טאקע מער אויפגעקלערט ווי מיר זענען געווען אין זייערע יארן. אבער סא וואט? כ'האלט אז ס'איז א גוטע זאך.

אבימלעבט » 15/3/2007 22:57

עס זיינען דא וואס טענה'ן בשם ר' יעקב קאמענעצקי זצ"ל אז עס איז נישט גוט אז קינדער זיינען נישט צוגעגרייט פאר די דרויסענדיקע וועלט.

_________________

elmonsey » 15/3/2007 23:00

וואס איז אזוי גיט אז זיי זענענ אויפגעקלערט?!?!

_________________

Support our troops

אבימלעבט » 15/3/2007 23:09

איך האב געהערט א גוטע סברה פארוואס רוב אפגעפארענע זיינען נידריגע חברה, ווייל מען לערענט אויס אין חדר אז אלע גויים זיינען נידריג, ממילא אז מען וויל זיין א גוי ווערט מען א נידריגער גוי,

_________________

עיניםטובות » 16/3/2007 02:01

אבי מען לעבן

זיי מסביר וואס מיינט אויפגעקלערט.

אבימלעבט » 16/3/2007 02:39

צו פארשטיין די אויפאסונגען און דיעות פון די סעקולערע וועלט, למשל אוועלוציע, סאציאלע צוזאמענלעבען, זייער אמונות און פארוואס זיי זיינען פאלש, אלגעמיינע היסטאריע, סייענס וכו'

_________________

Baachi » 16/3/2007 04:09

אבי מלעבט

אונזערע קינדער "אויפגעקלערטקייט" מאכט איין גרויסן פראבלעם.

מיר רעדן נישט זייער שפראך.


פארדעהם טאקע מוז מען היינט אריין לייגן מעהר כוחות אין חינוך ווי אמאהל.
דו מוזט זיך פשוט אויסלערנען צו רעדן  זייער שפראך
אנישט איז פונקט ווי דו ווילסט מחנך זיין א יונגל וואס רעדט נאר ענגליש דורל דעדן צו איהם יידיש.

רעד זיך נישט איין אבער אז דו וועסט קענען פארמיידן קינדער פון ווערן "אויפגעקלערט".

אבימלעבט » 16/3/2007 06:34

ווי לאנג די קינדער פרעגען שאלות שטייען מיר גוט ווען זיי הערן אויף צו פרעגען דעמאלט ווייסט מען אז די קינדער ווייסען שוין אלעס.

_________________

EMT » 16/3/2007 16:59

איך האב נישט באמערקט אז די אויפגעקלערטע קינדער זאלן אויסוואקסן עפעס שענער און בעסער ווי די וואס זענען געוואקסן תמימות'דיג

פארשטייט זיך אז פארבינדן די אויגן פון קינדער, און פארדעקן זייערע אויערן, זיי אפרייסן פון סאסייעטי, און האלטן אפגעזונדערט פון די מענטשהייט, און זיך איינרעדן אז מיט דעם גייען זיי וואקסן ווי פאר הונדערט יאר צוריק, דאס איז א שווערער טעות, און פיל מאל זענען די פאלגן דערפון גאר נישט קיין גוטע.

EMT » 16/3/2007 17:03

דאס ווארט "אויפגעקלערט" איז זייער א ברייטע מושג, און קען מיינען אסאך זאכן, חז"ל האבן אונז געלערנט "חנוך לנער על פי דרכו", יעדע קינד דארץ מען באהאנדלן מיט קאסטום טעילארד חינוך און צוגאנג.

בדרך אגב, איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער די גאס קלערט היינט יעדן אויף, ס'איז לדעתי א שאד דאס רעדן פון דעם ענין אינגאנצן..

aaatozzz » 16/3/2007 18:09

פארוואס ווערט ענגליש פארנאכלעסיגט אין די היימישע חדרים?

i tink so yes

_________________

findodort » 16/3/2007 18:23

 אבער די גאס קלערט היינט יעדן אויף, ס'איז לדעתי א שאד דאס רעדן פון דעם ענין אינגאנצן..

EMT: דאס איז טאקע די נידון, זאל מען דאס לאזען פאר די גאס אדער זאל דאס זיין די אויפגאבע פון די עלטערן\מחנכים.

די תשובה דארף קומען פון גדולי ישראל מוט אן אחרית און וואס פארשטיין צו חונך און יארע 2000

על_הגאולה » 16/3/2007 20:20

אבימלעבט,
רעדסטו פון די ארטיקעל וואס הערשל פריעד האט געשריבען אין חקירה אויף ענגליש

findodort » 16/3/2007 21:19

ברנג א לינק, ביטע

אבימלעבט » 16/3/2007 23:09

ממש רוח הקודש.

_________________

משוגענער » 18/3/2007 15:51

נעם דיין קינד און זעץ אים אוועק קעגן דעם קאמפיוטער פאר צוויי דריי שעה א טאג, פארשטייט זיך אז זאלסט זיכער מאכן אז דו האסט נישט קיין פילטער, ווייל אויב יא וועסטו סתם גורם זיין אז ער זאל זיין מצומצם.

findodort » 18/3/2007 17:20

ווי איז געווען הרשל פריד'ס ארטיקעל ?

_________________

על_הגאולה » 18/3/2007 20:10

דער הערשל פריעד איז דאך סתם אן אויפגעקלערטע אויבערחכם, ליינט גוט דעם ארטיקעל וועסטו זעך דערמאנען פון די אמאליגע משכילים, אוודאי טרעפט מען היימישע עהרליכע און הייליגע מראי מקומות, אבער למעשה אנגענומען איז דאס נישט

Baachi » 18/3/2007 20:59

על הגאולה

דיין פראבלעם איז דו ביסט געבליבן שטעקן ביי על הגאולה,די וועלט  האלט שוין ביי על התמורה

CHAPLAIN » 18/3/2007 22:40

די "העדינג" איז א גוטע שאלה:

זענען אונזערע קינדער צו אויפגעקלערט?

די אנטווארט איז אין איין ווארט:

יא, (ליידער).

aaatozzz » 18/3/2007 22:52

what a cliche
 
די אמאליגע משכילים

היינט זיינען דא קנאים וואס זיינען אפיקורסים,



מלוה_מלכה » 19/3/2007 04:44

אאאזזזז

שני אגודלים !!


ולגבי גוף הנידון, די וועלט אפפערט היינט מער ווי עס האט געאפפערט אין אונזערע קינדערשע צייטן. מיט דעם אלעם האלט איך נישט אז קינדער היינט צוטאג זענען עפעס מער אויפגעקלערט פערסענטואליש ווי מיר זענען געוועןץ
כלומר, אמת אז זיי ווייסן מער וויפיל אונז האבן געוויסט אבער ווען מען קוקט וואס די גאס אפפערט - דאס הייסט וויפיל מען קען וען זיין אויפגעקלערט- און וויפיל זיי זענען אויפגעקלערט באמת, מיין איך אז ס'יז נישט געפערליך, לפחות נישט ערגער וויפיל מיר האבן געוויסט.

נאך מער, מיר אליין - די עלטערן- זענען היינט אויך מער אויפגעקלערט ווי די אמאליגע עלטערן זענען געווען, און טאקע צוליב די זעלבע סיבה ווייל די גאס אפפערט אסאך מער.



שלמה_זלמן » 22/3/2007 07:15

טשאפלעין. פארוואס "ליידער"?