היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » UTA גנבים ווילן פארקויפן וועיווערלי.. AG לאזט נישט !

UTA גנבים ווילן פארקויפן וועיווערלי.. AG לאזט נישט !

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2167962

ארגינעלער » 14/3/2007 23:14

די כעלמער פירער פון 82 UTA, האב זיך היינט דערלערנט דעם סוד... אז א שטעקן האט צוויי עקן...

זיי האבן די וואך געוואלט פארקויפט דעם גרוסין בילדינג אויף וועיווערלי, און האבן פראבירט אינטערצושמירן דעם אטוירני זשענעראל.

אבער די ארונים האבן געשריבן א שארפען בריוו אז זיי זענען גנבים און זייז ענען נישט די BOARD. און מ'טאר זיי נישט לאזן פארקויפן דעם בילדינג, און אפילו נישט נעמען קיין מארגיטדש אויך נישט.

די אטוירני דזשענעראל האט צוריקגעשריבן א בריוו אז זי לאזט נישט דעם מקח גיין ווייטער.

מיסטער פערלשטיין, מאנדעל, ראזנער, פערל, און ליפע יענקי... און בעל נועם המידות:
עטס הערטס גוט: - א שטעקן האט צוויי עקן !

guar » 14/3/2007 23:47

דאקומענטן פליז !!!

אין בכלל דארף מען איינפירן דא אז יעדע נייעס וואס איז שייך אויפציווייזן זאל מען אויפווייזן מיט בילדער אדער דאקומענטן לויטן ענין, ווייל ווי פארשטענדליך קען מען נישט גלייבן אלע מעשיות וואס ווערט דא געפאסטעט אין מען קען דאס נישט פארקויפן, אבער מיט באווייזן קען מען גיין צום טיש.

שורשנגח » 15/3/2007 02:37

 

באשטעטיגט די זאליס האבן געוואלט פארקויפן די וועווערלי בילדונג ווי עס געפינט זיך די ישיבה קטנה, און היינט איז עס א שטארקע געגענט פון ארטיסטן.

די זאליס ווילן פארקויפן די גרויסע בילדונג פאר די זופניק און מאכן דערפון הייזער פאר ארטיסטן.

ארויסגעווארפן זאגענדיג אז זיי ווייסן נישט ווער די בארד איז.

משנתחסידים » 15/3/2007 04:47

פארוואס די פריערדיגע בנין האבען זיי יא געקענט פארקויפען אפילו עס איז נאך געווען אינמיטען קוארט אין יעצט נישט?

שורשנגח » 15/3/2007 07:29

 ווייל יעצט איז שוין נישט דא קיין באראש

guar » 15/3/2007 16:47

שור: מיט זאגן באשטעטיגט ווערט נאך נישט די זאך באשטעטיגט, אויב האסטו יא צוטריט צי אזאלעכע קראנטע אינפארמאציע איז מן הסתם האסטו צוטריט צי די דאקומענטס דאן ביטע לייג'זשע  אויך ארויף דעם דאקומענט פון די AG.

אין זיי מהנה טויזענטער יודן איבער די גארער וועלט.

שורשנגח » 15/3/2007 17:57

עס וועט זיין אין די נאנטע טעג די דאקומענטן דא.

trueonly2 » 16/3/2007 15:48

like the tape from the RAV"D...

בן_אהרן » 18/3/2007 05:04

די משמשים פון ראב"ד האבן אראפגעלייגט א מטמון מיט געלט
אז מען זאל נישט פארעפענטליכן די העצע טעיפ
דערווייל איז די הענט געבונדן מיט א אפמאך
וואס מען האט זיך מתחייב געווען צו ווארטן מיטן ארויסגעבן די העצערישע טעיפ