ברעיקינג: קינדער פון ר' חיים דוד כ"ץ אהיימגעשיקט
26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2167061
יעצט קומט אהן די נייעס אז די הנהלת המוסדות אין בארא פארק האבין אהיימגעשיקט די קינדער פין ר' חיים דוד כ"ץ
נעכטען האט שוין דער באס נישט אויף געפיקט די קינדער, זיי זענען געגאנגען מיט א קאר סערוויס אין חדר
היינט האט מען זיי אהיימגעשיקט מיט א קאר סערוויס
נאכאמאל דוחה את ה'קץ'.
_________________
דער גנב וועלץ מיט זיינע טעראריסטן מיינען אז די דזשואק וועט זיך ענדיגן וויאזוי זיי ווילן...
נאכדעם וועלן זיין וויינען און שרייען אבער ס'וועט שוין זיין צי שפעט
לאמיר נישט רעדן פון פאראויס און זאגן נביאות. ווער וויינט יעצט? ווער שעלט יעצט?
_________________
דערווייל וויינט כ"ץ ווי א קעצעלע...
עס פעהלט תלמוד תורהס אין בארא פארק???
עס פעהלט בתי מדרשים אין בארא פארק?
דאס זעלבע טעם פארוואס ער "מיז" קומען דאווענען דוקא אין 53 סט. דאס זעלבע טעם איז מיט די תלמוד תורה.
מן הסתם אלס תלמוד חכם האט ער א שטארקע מקור דערפאר פון חז"ל...
ווי נישט ווי איז ער סאטמערע דיין אין בארא פארק
ליצים זאגן אז וועגן דעם האבן די זאליס אויפגענומען א נייער דיין פאדווע ביי זיי.
ווייל זיי דארפן מער נישט ר' חיים דוד אלס דיין, ער טויג בעסער צו זיין אפען פראנט, און זיין א שלעגער, ער וועט זיין אנשטאט מ. וו. קליין וואס האט געמופט קיין ווילי.
איין טאג וועט איר נאך הערן א מעשה אזוי:
....די גאנצע גאס פון 53סט. איז יעצט פיל מיט פאליציי, יעצט 7 אזייגער צופרי, האט א איד חיים דוד כ"ץ נאכגעשריגען ר' ישעי' אשר וועלץ ני"ו מיט קללות, און ווען ר' זכרי' ברוננער ני"ו האט עס געהערט האט ער אנגעהויבען צו מאכן קולות אויף אים מחוצף, גלייך איז כ"ץ באפאלען ישעי' אשר וועלץ און אים באמקלט די ביינער.
אנדערע האבן פרובירט אראפ צו שלעפען כ"ץ פון ר' זכרי, אבער כ"ץ האט זיך לעצטנעס געלערנט קראדי און ער קען די מלאכה פון טיילן מכות, עס האט גארנישט געהאלפן, ביז ענדליך נאך דעם וואס אן עולם איז זיך צוזאם געלאפען פון אלע זייטן האט כ"ץ אנגעהויבען צו אנטלויפן, אפען וועג ארויס האט ער א כאפט געטאן די טלית און תפילין פון ר' מרדכי שבתי מארקאוויטש, און אנטלאפם דערמיט.
ביים טיר איז פונקט אריין געקומען ר' אלי גראס ני"ו, און כ"ת האט אים אראפ געכאפט זיין היט, דער עולם איז אים נאכגעלאפן, כ"ץ איז אריין געלאפען אין זיין דזשיפ מיט מארקאוויטש'ס טלית ותפילין און גראס'ס היט, און געוואלט אוועקפארן דערמיט, אבער מען האט עם אין די לעצטע מינוט געבלאקט, כ"ץ איז ארויסגעלאפן און געוואלט אנטלויפן אבער פונקט איז די פאליציי אנגעקומען און מען האט אים ארעסטירט.
יעצט זיצט ער אין פאליציי סטאנציע צווישען אלע שווארצע פארברעכרס, מ. וו. קליין און מ. רובינשטיין זיינע חבירים זענען יעצט דארט אין אים געברענגט צו עסן, עס הייסט אז אין שעה ארום טראגט מען אים קיין סענטראל בוקונק....
לאכט נישט ווייל אויף דעם וועג גייט ער!
ער האלט שוין אט דארט!
מען האט נישט געלאזט אויפפיקען זיינע קינדער ווייל אזוי ווי ער איז נישט מער איינגעשטעלט אלס סאטמערער דיין מיז ער באצאהלען שכר לימוד כאטש ווי א כולל יונגערמאן אזוי ווי וויליאמסבורג טיט מיט אהרונים וואס זיי האבען אויפגעזאגט
אין וויפיל מאל מען האט עיהם געבעטען האט ער נישט באצאהלט האט מען עיהם געזאגט אז מען וועט נישט אריין לאזען זיינע קינדער אימבאצאהלט אזוי ווי וויליאמסבורג טיט מיט אהרונים וואס זיי האבען אויפגעזאגט
ער איז אזא שלעגער ווי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א א ע"ה
נאר ווי לאנג מען שרייט אויף כ"ק אדמו"ר שליט"א ע"ה ווייס איך אז עס טוט זייער וויי
און אזוי לאנג ווי מען שפיעלט זיך מיט קעצלעך וויס איך אז דער הינט איז א געביסענער
ארגינעלער a-1 גוט ארויסגעברענגט.
ר' זלמן לייב האט נעכטן ביינאכט באפאלן דעם מנהל המוסדות
פון בארא פארק הרב ר' יאנקל בערקאוויטש שליט"א מיט מורא'דיקע
קולות אז היתכן ער האט געהאט די חוצפה אהיים צו שיקן די קינדער
פונעם דיין ר' חיים דוד כ"ץ, ר' יאנקל האט פראבירט איבער צוצייגן
ר' זלמענען אז ס'האט לגמרי נישט מיט עם, אבער ר' זלמן האט צוריק געשריגן
אז איר האלט מיר אין איין זאגן אז האט צוריק גענומען די פירערשאפט פין די מוסדות,
נו, אויב אזוי ביסטו פאראנטפורטליך אויף אלעס ואס עס טיט זיך דארט,
יאנקעלע (נא רילעישאן צו יענקעלע) האט אנגעהויבן צו קעקעצן,
אז מען האט נאכנישט ממש צוריק גענומען, מען האלט נאך אינמיטן,
אלמאסט, כמעט, מען האלט זייער נאנט, אבער נאכנישט עכט,
דער ר' זלמן האט שיעור נישט באקומען א הארץ אטאקע,
די שוים האט עם אנגעהויבן צו קומען פונעם מויל, און אנגעהויבן צו חלעשן,
נאך א מזל איז געווען אז ד"ר דייטש האט עם דערמינטערט,
יענקעלע געוואלדיג האסט אויסגעלאזט איין זאך אז ד"ר דייטש האט שוין געפייגערט
און וועלץ האט ארויסגענומען א מארטגעדש
און די קארט האט ארויסגעווארפען שווימער און פר"מ פונעם בארד
און יעצט קען שוין וועלץ טוהן וואס ער וויל
בארוהיגט אייך, קודם שרייבט מען נישט אויף א איד דאס ווארט געפייגערט,
צווייטענס רבי אהרן וועלץ דארף שוין נישט קיין 8 מיליון דאלאר מארגעטש,
ווייל דער רבי זאל זיין געזינט האט שוין פארשאפט דריי עשירים פון בארא פארק
וואס האבן עם שוין מנדב געווען דריי מיליון דאלאר יעדער איינער,
(מסתמא איין מיליון פאר רבי אהרן וועלץ שליט"א אין טאש)
קיינער האט נישט ארויס געווארפן שוויממער און פריעדמאן פונעם באארד
ווייל... זיי זענען שוין לאנג נישט אויפן באארד,
און רבי אהרן וועלץ שליט"א טיט און קען טון וואס ער וויל,
ביז... יאנקל בערקאוויטש מיט מענדל שוויממער וועלן צוריק באקומען
די הנהגה פון די מוסדות אין בארא פארק, און ביז דאן ווער הרב קאטץ
דארפן לערנען אליין מיט זיינע שפעלעך, ווייל אין סאטמאר קענען זיי נישט לערנען.
קעניינע הארע איז דיין רעבע א מוצלעך
9 מיליאן דאלער + 5 מיליאן = 14 מיליאן אין איין וואך
= 728 מיליאן דאלער א יאר
און ער איז נאך אלץ נישט צופרידען
תש"פ גייט ער שוין האבען מער ווי ביל געיטס
דאס רשעות פון טשעפען קליינע קינדער איז נישט צום באשרייבן. זיי זענען דאך צאן קדשים שלא טעמו טעם חטא, פארוואס קומט זיך זיי אזא רשעותדיגע באהאנדלונג? און אלעס נאר צוליב א פארשטינקענע פאליטיק מיט א רעבע וואס איז נישט צופרידן מיט וואס ער האט און מוז איינעמען די גאנצע וועלט, נאר דעמאלס וועט ער זיין צופרידן. איך האב געמיינט אז די ארונים האבן שוין איין געזעהן אז מיט ארויס ווארפן קינדער, שלאגן דיינים און וואנדאלעזירן, קומט מען אין ערעץ נישט אן (וקעי דזשעי יוכיח) אבער ניין, זיי גייען צוריק צו תשמ"ט. זיי פאנגען אן אלעס פון אנפאנג. ווער געדענקט? אויך דעמאלס האבן זיי אנגעפאנגען מיטן טשעפענען די תינוקות של בית רבן, זייט דעמאלס גייען זיי מטה מטה אינדרערד אריין.
אגב וויל איך וויסן זייער וויכטיג צו מען האט שוין אמאל אין בארא פארק ארויסגעווארפן יונגעלעךך פון מענטשן נאר ווייל זיי האבן נישט געצאהלט.
אידעלע, אויב זענען די וואס זענען שולדיג געבליבן שכר לימוד אויך געגאנגען אין קאורט אונטערצוגראבן די מוסדות, האט מען שוין איינמאל ארויסגעווארפפן זייערע קינדער.
גיי פרעג הרב גב"ג יעקב בער שפיץ/טייטלבוים וואס מען האט געטון אין וויליאמסבורג אין די צייטן בעפאר סאטמאר האט געהאט א מוסד ריין פון אלקאהאליקער און בעלי עבירה.
א דיל איז געשלאסען געווארען,
ר' חיים דוד כ"ץ הייבט אהן צו באצאהלען שכר לימוד, היינט איז זיין יונגעל צוריק אין חדר
היינט האט ר' חיים דוד ארויפגעשיקט א טשעק פון 20 טויזענט דאללער!
און באצאלט דערמיט די באלאנס פון זיין שכר לימוד וואס ער איז שולדיג!
ער האט זיך אויסגעלערנט אז מען מיינט דא ביזנעס, ער איז אויס דיין אז ער באצאלט קענען זיינע קינדער לערנען אין מוסד אז נישט, זאל ער גיין לעזאזל.
דאס איז שוין די צווייטע העכטעל וואס באצאלט, די ערשטע איז געווען יעקב בער ווען מען האט אהיים געשיקט פאר 2 וואכן צוריק זיינע קינדער, און זיין ווייב איז ארויף געקומען באצאלען שכר לימוד, און באצאלט די גאנצע באלאנס, און אויס באצאלט ביזן סוף זמן.
נאר אזוי הרצחת וגם ירשת, כ"ץ און יעקב בערלע האבן געמיינט אז זיי וועלן גיין אין קארט קעגן די מוסדות הק' און די מוסדות וועט אונטערגיין, ניין עטץ וועטס באצאלען די קארט פון ביידע צדדים ווי טאטעלך!
און פון ענגער שכר לימוד וואס איז פרישע געלט וועט מען באצאלען די לויערס!
איז עס געווען סערטיפייד?
אידעלע א יעדען אנפאנג זמן לאזט מען נישט אריין נאר מיט א איינטריט קארד דאס מיינט אז נאר ווען די שכר לימוד איז ערלעדיגט
ביי עיהם איז יעצט אנפאנג זמן
ער האט אויסבאצאלט ביז קומעדיגען ר"ח תשרי עד פ"א.
דער פרעסטיזש און כבוד פון רח''ד איז אין טעג געשטיגען צו אן אומגלויבליכע שטאפעל. הלואי זאל ער דאס פארזעצן.
_________________
ווען מען האט געטשעפעט טויזנטער קינדער אין די ת''ת אין וומסב''ג נאר וועגן דעם חטא פון די עלטערן זייערע אשר לא כרעו לבעל (די קליקע ובראשם רבם דער יו''ר פון די קאאליציא פון שונאי צדיק) האט ר' ''אידעלע'' נישט געזאגט אז עס איז רשעות צו טשעפען צאן קדשים שלא טעמו טעם חטא .
און ר' חיים דוד כ"ץ האט אויך הנאה געהאט ווען מען האט גערוידפט די קינדער פון די אהרונים.