הרבני הנגיד המרומם רבי ישעי' וואלף לעוו שליט"א ראש הקהלה דקהל יטב לב דסאטמאר בלאנדאן, האט נעכטן נאכט אראפ געלייגט א שטעק פאר כ"ק רבינו שליט"א פון די גאנצע 5 מיליאן דאללער!
רבי ישעי' וואלף שליט"א האט דאס געבען אלס דעפאזיט, ער האט געזאגט פאר רבינו שליט"א אז עס וועט זיין נאך אי"ה.
רבי ישעי' וואלף שליט"א האט שוין געבען פאר די מוסדות הק' א האלבע מיליאן דאללער ביים עפענען די מוסדות הק'.
עס איז די גרעסטע נתינה וואס א חריידישער איד האט אמאל געבען אויף איינמאל פאר צדקה!!!
כדאי צו באמערקען אז רבי ישעי' וואלף שליט"א בויעט יעצט איבער די צענטראלער סאטמאר ביהמ"ד אין לאנדאן אויף קלעפטאן קאמאן, און עס וועט זיין אי"ה לשם ולתפארת.
תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער די וועלט וואונשטען פאר דעם חשובן ראש הקהל רבי ישעי' וואלף שליט"א, געזינט נחת און הרחבת הדעת עדי נזכה לביאת מלכא משיחא ומלכנו בראשינו!