היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ר' נחום ר''ב גרייט זיך צו פסח

ר' נחום ר''ב גרייט זיך צו פסח

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2165572

שורשנגח » 11/3/2007 17:02

ר' נחום ראזנבערג איז אויפגעשטאנען פון זיין שלאף און גרייט זיך צום יום טוב פסח.                     12124612778

_________________

yones69 » 12/3/2007 19:04

עס האט אלע טעמים ער האקט שטיקער פון ר' מנשה פרידמאן

אשר_אנשיל » 12/3/2007 19:41

אמסעל ערקלערט קריג קעגן ראזענבערג   2129906713                

אלתר משה נעמט דערווייל נישט קיין שטעלונג צווישן די צוויי הרים גדולים..

עס ענטוויקעלט זיך א מערכה צווישן איין האטליין און דאס אנדערע, עס קומט פרייליכע צייטן!

רעדאקטער » 12/3/2007 21:16

שפתים יושק - ודפח"ח

יענקעלע11 » 12/3/2007 23:12

דער נחום ראזענבערג איז א צודרייטער איגאיסטישער מענטש,
כאטש ער איז ליידער גערעכט מיט כמעט אלע זיינע טענות
נעמט מען עם נישט אן ערענסט, ווייל אלעס איז איך איך און נאכאמאל איך,
ער האט זיך מכתיר געווען פארן באשעפערס פאליציאנט
און אן עם קען די וועלט נישט האבן קיין קיום,
אויסער טאמער א רב לעקט זיך צו עם,
דאן איז דער רב כשר וישר, אבער דער רב מיז עם לעקן נאכאמאל און נאכמאל
ווייל ביי עם וועפט דאס זייער שנעל אויס,
איין וואך איז דער דיין ר' ישראל חיים מנשה א חוטא ומחטיא
וואס פארשטייט בכלל נישט צו קיין מקוואות,
די אנדערע וואך ווען ר' ישראל חיים מנשה נעמט עם שיין אויף אין פלארידע
 און גיט עם רעכט און באגלייט עם ארויס מיט כבוד גדול איז ער א צדיק גמור
 און א מומחה גדול במקוואות,
אבער א וואך שפעטער ווערט ער צוריק א געמיינער יונג א שפל שבשפלים,

בכלל געפעלט מיר ווען ער זאגט אז אין גאנץ אוקריינע איז נאר דא צוויי
טעמפערערלי מורה הוראות איינער עפעס א חבד'סקער און דער אנדערער
איז..., איך נחום ראזענבערג,
נחום'על ווער האט דיך געקרוינט אלס מורה הוראה?
ווי האסטו געהאט שימוש?, נחום, צו האבן א אייזערנעם קאפ און האבן
א ידיעה אין די הלכות מאכט דיך נאכנישט פאר קיין מורה הוראה,

נחום, אבער דיין האט ליין זאלסטו אנהאלטן ווייל דו ביסט פשוט מחי' מענטשן
וגם אותי הקטן בתוכם, חזק ואמץ.