היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ביטערע מחלוקה צווישן ירושלימער רבנים

ביטערע מחלוקה צווישן ירושלימער רבנים

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2163722

שורשנגח » 8/3/2007 19:26

אינעם 'איד' אויף זייט 47 איז דא א שיין בילד פון ר' וואלף פריעדמאן ווי ער זאגט א דרשה ביים דינער פון ' פתח   תקוה'.   אין 'די צייטונג' אויף זייט 33 איז געדרוקט די דרשה פון ר' וואלפ'ן.     בתוך הדרשה זאגט ר' וואלף, אז דער בעל מנחת יצחק האט גערופן דעם דברי יואל 'דער בעל ויואל משה'.  אין 'בלאט' אויף זייט 10 אין 'פון פענע צום בלאט', איז דא א בריוו פון א ירושלימער איד'ל  , אז הגאון הקדוש רבי משה אריה פריינד זצ' ל האט אנגערופן דעם דברי יואל             'דער בעל דברי יואל'.       נו, וועלכער ירושלימער רב האט מכוון געווען לאמיתה של תורה?           איז שייך שלום צומאכן צווישן די צוויי צדיקים?

_________________

שורשנגח » 9/3/2007 06:38

לפי השמועה, ר' וואלף טענה'ט אז דאס איינע מאל האט זיך רבי משה אריה טועה געווען.  

_________________

שורשנגח » 11/3/2007 22:24

ווי אזוי פלעגן אים די ירשולימער רבנים רופען ר' וואלף אדער ר' קוטשי?

בןיהודה » 12/3/2007 15:47

א אמעתער שאלה

וואס איז אנפ"מ

אויב עהר האט גיהייסן בעל ויואל משה אדער בעל דברי יואל

ארגינעלער » 12/3/2007 19:44

די ליצים זאגן אז ר' חיים יושע וויל זיין נייטראל ריפט ער אים די בעל על הגאולה ועל התמורה...