די ליבערעלס טאנצן אין די גאסן, די זשורי האט געפאסקענט אז ליבי איז גילטי פאר ליגנט זאגן וועגן ליעקן די נאמען פון וואלערי פלעים, די CIA עיזשענט. נאך יארן וואס די מידיא האט חוזק געמאכט פון די ליבערעלס אז זיי האבן זיך סתם אנגעכאפט אין א שטרוי.
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקינג! לואיס ליבי איז גילטי!
ברעיקינג! לואיס ליבי איז גילטי!
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2162694
ס'איז פאראן א שוואכע מעגליכקייט אז אדאנק דעם סקאנדאל, אינאיינעם מיט דער געזונט צושטאנד פונעם וויצע פרעזידענט, וועט דאס באוועגן פרעזידענט בוש צו א פרעצעדענטלאזן שריט.
טוישן דעם וויצע פרעזידענט!
דיק טשעיני וועט אין די קומענדיגע אנדערטהאלבן יאר בלויז זיין א קלאפאטע אויפן קאפ פונעם פרעזידענט, וואס וועט שטערן פאראויסצורוקן זיין אגענדע [וואס איז דאס...?], און מעגליך פירן צו א פאטאלן פארלוסט פון די רעפובליקאנער אין 08'. אחוץ דעם וואס זשוליאני, דער ארכי-שונא פון די קאנסערוואטיוון בכלל, און פון בוש בפרט (ווער ס'געדענקט נאך די פאליטישע קאכעריי ווען זשוליאני האט אונטער די קוליסן געשטיצט מעקעין אין 00'), איז יעצט דער פראנט-ראנער ביי די רעפובליקאנער, און ער האט היפשע - כאטש שוואכע - מעגליכקייטן צו געווינען די נאמינאציע און דעם פרעזידענט אמט.
אויב וועט בוש יעצט אויפנעמען א יונגן ענערגישן וויצע פרעזידענט, א שטייגער ווי מיט ראמני, און וועט גלייכצייטיג אויך שטעלן א טאן ווי ער גייט טוישן געוויסע פאליסיס אין ווייסן הויז אויף וועלכן טשעיני וועט זיין דער שעיר לעזאזל, קען דאס גאנץ מעגליך צוריק אויפלעבן די רעפובליקאנער באזע, גענוג שטארק צו געווינען אי דעם ווייסן הויז אי די לעגילאסטיווע הייזער אין 08'!
טשעיני וועט העכסט ווארשיינליך זיין גרייט צו זיין דער שעיר לעזאזל צו ראטעווען די רעפובליקאנער פארטיי - לפחות די קאנסערוואטיוון - פון דעם פאראויסגעזעענעם מיאוס'ן דורכפאל, בפרט ווען ער קען עס יעצט אנלייגן אויף זיין געזונט צושטאנד.
שפעקולאציעס אינעם גייסט פון די איצטיגע טעג...

וואס איז דער צונאמען "סקוטער" ?
דאס איז א צונאמען (ניק-נעים) וואס ער האט נאך פון זיין יוגנט, און די גויאישע וועלט איז עס א נארמאלע זאך צו האבן א ניק נעים, לויט טייל באריכטן האט ער דאס באקומען פון זיין טאטע ווען ער איז געווען א פיצל קינד און קריב, איז ער געווען זייער געשיקט און געשפרינגען זייער שנעל האט זיין טאטע איהם גערופן "סקוטער" על שם די מאטארישע ביציקלעך.
ליבי איז א רעפארעם איד.
ליבי איז א רעפארעם איד.