היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פסק פון ריכטער שעק, פאר פסח הבעל"ט.

פסק פון ריכטער שעק, פאר פסח הבעל"ט.

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2162487

אידעלע » 6/3/2007 22:25

פון גוטע קוועלער האב איך געהערט אז דער פסק פון ריכטער שעק גייט נאך אי"ה רעליסט ווערן פאר'ן יום פסח הבעל"ט.

דער בוכ"ע זאל העלפן אז ס'איז זיין גוט פאר סאטמאר. און די הולכים בערכאות זאל ליידן א פרישן "געווינס" נוסח נפול תפול !

האלבערשטאם » 7/3/2007 02:10

וואס איז דארט די שאלה?

סאטמאר איז נאך היינט און קאורט?

קושקע » 7/3/2007 02:44

האלבערשטאם, די זאך איז א ביסל א פארפלאנטערטע ענין איך וועל פרובירן צו ערקלערן.

דא ביי ריכטער שעק זענען די זאליס די תובעים, און די אהרונים די נתבעים. מסתמא ברשות בי"ד, איך בין זיי דן לכף זכות.

ארגינעל האבן די אהרונים פאלאנגט מ'זאל ארויסווארפן די זאליס פון קהל, האט דער קארט געזאגט אונז ווארף מיר קיינעם, עס איז הייליגע ענינים און אונז מיש מיר זיך נישט.

די אהרונים האבן אפילט, אבער די אפעלאט האט באשטעטיגט אז דער געריכט טאר זיך נישט מישן.

האבן די אהרונים געזאגט, פיין און וואויל איר ווילט זיי נישט ארויסווארפן? איר ווילט זיך נישט מישן? מיינט דאך דאס אז אונז מעג מיר זיך אויך רופן "קהל יטב לב".

וכך הוה, עד היום, אפי' נאכן פארלירן, דערקלערן זיך נאך אלס די אהרונים אפציעל אלס די לעגיטימע אייגענטימער פון קהל יטב לב. אלעס הייסט ביי זיי CONG. YETEV LEV, די אפיס, די לעטער-העד אלעס.

אויך דער ביה"ח אין קרית יואל ווי די אהרונים זענען די מוחזקים האבן זיי זיך דערקלערן אלס פולע בעלי בתים מטעם ווייל זיי זענען קהל יטב לב וומ"ס.

די זאלי לויערס וואס זענען א ביסעל נערוועז דערפון און שפירן זיך א ביסל אומרואיג דערפון, זענען געגאנגען צום ברוקלין קארט טענה'ן אז די אהרונים טארן זיך נישט רופן "קהל יטב לב", ווייל ווען דער אפעלאט האט געזאגט אז זיי מישן זיך נישט האבן זיי געמיינט צו זאגן אז נאר די זאליס זענען בעה"ב, פארוואס פונקטליך פארשטיי איך נישט, איך בין נישט קיין לויער.

און אויף דעם פסק ווארט מען יעצט, צו די אהרונים מעגן זיך רופן "קהל יטב לב" צו נישט.

בעסער פון דעם קען איך עס נישט מסביר זיין.