אמאליגע צייטן איז שושן פורים נישט געווען קיין יום טוב,
יא מען האט נישט געזאגט קיין תחנון, אבער מען איז נישט געגאנגען אין בגדי שבת,
ווייל אין יענע יארען איז מען נאך געגאנגען אין די ארבעט אריין (מיט די לאנטש בעג),
יא מען האט געזאמעלט געלט, אבער עס איז געווען 90% געבערס און 10% נעמערס,
היינט האט מען אויסגעדרייט דעם כל הפושט יד נותנים לו, אויף כל שיש לו יד פושטה !
עס זיינען דא 90% נעמערס און 10% געבערס,
דער גאנצער עולם גייט שנארען פון ערב פורים ביז מוצאי שושן פורים,
מען זוכט נאר די גרויסע געלטער, ממילא ווערען די וואס געבען קליין געלט ניצול,
מתנות לאביונים האט צו טוהן מיט קריאת המגילה, איז ווי קומט מתנות לאביונים שושן פורים. קשיא
שושן פורים איז געווארען א גרויסער יום טוב, הגם קיינער פארשטייט נישט פונקטליך פארוואס,
עס קען זיין אז די פארטייען דאפען זיך אפרעכענען איינער מיטן אנדערען,
האט מען שושן פורים באשטימט אז דער רבי פירט טיש און מען שטעלט אוועק א היימישען בדחן,
און ער נעמט אפיר די שונאים, און מען צעלייגט זיי מיט גוטע שארפע וויצליך,
וואס בלייבט אייך נאך דעם לאנגען יום טוב, שירים פון די משלוח מנות, א באקס פול מיט נאש וואס קיינער דארף נישט,

_________________