גנב שלום לאנדא אויסגעשמירט אין דער איד.
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2159698
דער גנב שלום לאנדא איז אויסגעשצייגעט געווארן אין דער איד, כדבעי למיהווי.
איך שרייב ינשט וואס.
קויפט וועט איר אלעס וויסן.
באצאלט א דאלאר א קוואדער, פאר'ן בעסטן חרד'ישען צייטונג וועט איר אלעס וויסן.
"דער איד"עלע בעט זיך נעבעך מען זאל אויסגעבן א דאלאר און א קוואדער
פאר דעם אויסגעוועפטן צייטונג "דער איד",
אידעלע דער ציבור איז נישט אינטרעסירט אין ענקער צייטונג,
נישט פאר א דאלאר און א קוואדער, און אפילו נישט אומזיסט,
דער ציבור גיט ענדערשט אויס א דאלאר און א האלב פאר א נורמאלע צייטונג,
אין מיין סופערמארקעט ווי איך קויף איין, זאגט מיר דער בעל הבית
אז ער נעמט אריין 4 מאל אזויפיל דער בלאט ווי דער איד
און עס בלייבט אים איבער מער ווי העלפט דער איד,
יא, באשמיץ יעדן, און דערנאך בעט דיך מען זאל דאס קויפן,
WOW וואס זאגט איר צו די נייע מארקטינג סטראטעגיע פון דער איד ?
רעדאקטאר, עס איז נישט קיין נייע סטראטעגיע,
געדענקסט נאך דעם פנים חדשות פון שאולזאהן,
דאס איז געווען זיין סטראטעגיע, (אדער אסטראטעגיע ווי ער פלעגט דאס רופן).
און וואס זאגט איר צום נייעם דיין פון די ארונים... הצדיק הקדוש רבי שלום ברי"ד לאנדא?
פארזעצונג קומט אי"ה
ס'איז נישט קיין פורים וויץ
דער שיכור שלום לאנדא האט זיך דערקלערט אלץ דיין.
די ארונים האבן שוין 13נייע דיינים'לעך פאר דעם הולך בערכאות...
איך האב געזאגט פאר אן ארוני דעם פורים, אז דאס איז די אממערסטן צוגעפאסטער שאס וואס די ארונים האבן דערלאנגט פאר סאטמאר... און מיר פלאנירן זיי נישט נאכצוטאן אי"ה.
מיר האבן אונזער הייליגע בית דין פון זקני תלמידי חכמים, און זיי האבן א א שטאב מיט ליצים און מנוולים אלס מורי הוראה.
הייליגער בי''ד חצוף פון זקנים אשר ישבו פעם בישיבה אשר זקנותם מביישת את ילדותם .
פארשטייסט איזראעלי.
אויב מ'רעדט אויף א יונגערמאן א שטריק, וואס האט דערלקערט אלס דיין.
דערוואגסטו צו עפענען דאס מויל אויף גדולי ישראל, וואס פסק'ן שוין איסורי כריתות פאר עטליכע דורות.
שיין דערלעבט !
אט דאס זעלביגע האט פאסירט אין יארע 1970 ווען עס איז באקאנט געווארן אז רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן גייט ווערן דיין אין סאטמאר. די סאטמארער קהלה האט דאן געשטורעמט. מען האט פארפירט אז בכן רבי ישראל חיים מנשה האט לאנגע יארן געארבעט אינעם פאסט אפיס און ער האט געארבעט אין די "" אפטיילונג וואו די מאגאזינען זענען געווען עובר לסוחר.עס האט געטומעלט ביז דער ציבור האט זיך בארואיגט. על כן מה שאירע לרבי ישראל חיים מנשה יארע לשלום לאנדא.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/03/2007 0:49:41
_________________
שור..
איין חילוק:
אין יארע 1970 האט אים ממנה געווען רביה"ק והטהור בעל ויואל משה מיט זיינע הייליגע אויגן.
און אין יארע 2007 איז א שוי שפילער ממנה א צווייטן שוי שפילער.
ענבי הראזשינקע בענבי הראזשינקע... 13 ארוינימלעך דיינים, כמספר שלוש עשרא מדיא.
אידעלע , עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז איינער מיט הייליגע אויגען האט ממנה געווען איינעם מיט "" אויגען. נישט דער הייליגער בעל דברי יואל האט אים ממנה געווען. די צדיקת פייגעלע עליה השלום האט אים ממנה געווען צוליב וועלן זיכער מאכן אז נישט דער ברך משה זאל דער צווייטער תורה אויטאריטעט אין סאטמאר. זאג נאר אידעלע איז פארהאן איין תשובה להלכה וואס מען זאגט נאך בשמו פון רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן אין די לעצטע 37 יאר זינט יארע 1970. דו וועסט דיך איבערצייגען אז מען וועט פריער נאך זאגען פסקים און הלכות אין נאמען פונעם נייעם דיין רבי שלום שליטא.
_________________
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/03/2007 0:46:35
_________________
און ווען דער הייליגטום רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן האט געשיקט "אלע" שווערע שאלות צו הגאון הגדול רבי פישל הערשקאוויטש שליט"א
דאך וויבאלד ר' פישל האט מתיר געווען דעם עירוב איז ער געווארן, דאס ערגסטע וואס איז, הערשט דעמאלטס איז ער געווארן קלויזענבורגע דיין, ביז דעמאלטס איז ער נישט געווען, הערשט דעמאלטס איז זיין הוראה אונטער א פראגע צייכן, ביז דעמאלטס נישט
איז אויב אויך אויף צוריק צו-וועגס לויט אונזער אידעלע איז די הוראות פון הגאון הגדול ר' פישל בטל, דאן זענען ממילא די וויליאמסבורגע אידן, סייוואו אין א הייסן זופ
א
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/03/2007 0:51:46
_________________
איין חילוק איז יא דא פון ר' פישל שליט"א און די הייליגקייט פון מוסדות רמ"א
אז דער הייליגקייט פון מוסדות רמא האט געהאט די זכי' צו ברעכן נאך א רינגעלע אין די קייט פון די היסטארישע פעולות וואס די זאלי פארטיי האט מזכה געווען אונזער דור
אז די איסור אויף בני יואל, און די היתר אויפן סקול דיסטריקט, וואס לויט איין זייט [דעת בעל מנחת יצחק, ובית דינו ועוד] איז בני יואל אסור, און סקול דיסטריקט א מצוה, און פון די צווייטע זייט, [קאשוי, מאנטיווידעא, וויזשניץ ועוד] איז בני יואל א מצוה, און סקול דיסטריקט אסור בתכלית
נו, ווען איינער וויל טוישן א מיינונג איבער אזא שאלה, אדער ביידע גאר, [מיר רעדן שוין נישט פון דעם אין בי"ד יכולין לבטל... אלא אן כן גדול... בחכמה...] נאר וויאזוי מען טוט דאס, מען שרייבט אן המלצה בריוו פאר חמלה ואמונה, וואס אגב, עקסזעסטירט עס אויף פאפיר נישט מער, [אין זייערע פראפעגאנדע שרייבן זיי אז זיי האבן א פאנטאסטישע בודזשעט פון 100,000 א יאר, מען קען פרעגן יעדער אין חינוך מיוחד, וואס דער מספר מיינט, אפשר איין מענטש פאר צוויי קינדער] שרייבט דער צאדיק בדרך אגב, אז היות די פאקטן האבן זיך געטוישט, [מן הסתם די רבנות אין קרית יואל] און אויך איבער די סקול דיסטריקט [אז מען קען אן דעם [איי בני יואל איז אין קאורט, אז די סקול דיסטריקט גיט זיי נישט "גענוג"] ממילא איז למפרע אלע אויסגעדרייט, אז בני יואל איז מותר, און סקול דיסטריקט אסור
די צוגאנג פון דעם דאס הייסט ווען און וויאזוי מען שרייבט אין אזעלעכע שאלות, בפרט דעם תוכן ווייזט אויף דעם הייליגטום וואס ער איז
און איך האלט נישט אז מיר דארפן עפעס מוסיף זיין
חוץ דאנקן דעם באשעפער, אז ער האט מקיים געווען פאר אונזער הייליגן רבי זצ"ל [בעל ברך משה] דעם א"מ נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך
רבי ישראל חיים מנשה טענה'ט היינט אז זיין היתר אויפן סקול דיסטריקט בשעתו איז געווען צוליב זארג אז מען וועט אים צונעמען זיין געהאלט פון קהל,50 טויזנט דאלער א יאר. דאס הייסט אזוי, אז צוליב 50 טויזנט דאלער יערליך האט ער מתיר געווען עבודה זרה,און פון הנהלת המוסד שערי חמלה איז צו ערווארטן אז זיי זאלן מוותר זיין אויף די נאנט צו 30 מיליאן וואס פליסט אריין יערליך. ילמדינו דיינו,וועלכער נסיון איז גרעסער.
_________________
היינט ממחרת שושן פורים אינדערפרי האב איך געזעהן ווי עטליכע אידן האבן געפרעגט שאלות ביים דיין רבי שלום, און ער האט יעדן געענטפערט בטוב טעם ודעת.
_________________
ר' אידעלע !
פלוצלינג נעמסט דיך אהן פאר א אייגען ג'עקרוינט'ע בי''ד וואס ווער ווייסט צו זיי האבן געהאט אפי' איין מושב בי''ד איך ווייס נישט צו זיי קענען זיך בכלל פנים אל פנים מן הסתם נאר שריפטליך ווען מען הייסט זיי אונטער שרייבן, וואס זייער איינציגער מעלה איז אז זיי געהערן צו די קאאליציא פון שונאי כ''ק רבינו שליט''א און לעומת זאת ר' שלו'ם לאנדא'ס חטא איז אז ער געהערט נישט צו די קליקע, און דאס שוידערט דיך נישט אויף אז עד היום אחר מטתו של כ''ק רבנו בעל ''ברך משה'' זצוקלה''ה איז מען אים משפיל עד עפר ובראשם דער ''בן יקיר בנו חביבו'' וואס חבר'ט זיך מיט אלע שונאים פון זיין טאט'ן .
איזראלי, איז גערעכט. ופרשת מתיבתא ברך משה יוכיח.
_________________
שונאי רבינו?
מושב בית דין?
געקרוינטע בית דין?
איזראעלי, איר וואוינט דאהי אדער אין איזראעל.
די בית דין איז געגרינדעט געווארן דורך נישט קיין אנדערן ווי מרן רביה"ק בעל בירך משה. וואס דרייסטו א שמיטשיק.
אז די האסט א פראבלעם מיט דיינע ראציגע 13 דיינימלעך ושלום לאנדא בראש... ביסטו נעבעך אזוי פארשעמט אז דאס פירט דיר צו רעדן אויף גאוני ארץ, פון די גרעסטע ריזן אינעם דור.
אפשר פאר צארן וועסטו באלד אויך רעדן אויפן רביה"ק בעל ויואל משה אז ער האט געמאכט מרן הראב"ד שליט"א אלס דיין אין סאטמאר?
אפשר קען מען דא פרעגן אויפן אינטערנעט אונזער נייעם "היידפארק דיין" רבי שלום?
אריזאנא ווייץ איז מותר אדער אסור?
רבי שלום, ביסט אן ליין?
אויב ר' שלום ענטפערט נישט, וועל איך מוזן פרעגן דעם נעקסטן דיין, ראביי בערנשטיין, און נאכדעם די אנדערע ליצים.
אידעלע.
די רעדט פון דעפרעשאן ווייל די ווייסט אז די בית דין לעניני כשרות וואס סאטמאר האט מייסד געווען, שמ'ט איבעראל.
די פלאצט אז אריזאנא ווייץ איז געווארן אויפגעכאפט, טראצדעם וואס ענקער ראב"ד און אנדערע זענען דערקעגן.
די פלאצט אז די קרית יואל'ער שחיטה איז די אמערסטן מהודר'דיגסטע אויפן כדור הארץ.
די פלאצט אז מרן רבינו שליט"א איז עומד בראש פון אלע ענינים פון כשרות, און איז בקשר מיט די גרעסטע רבנים און גאונים אין דור... און איגנארירט די פון די לישקע אויף קיעפ סטריט.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/03/2007 20:16:53
_________________
אה, איך זעה אז דיין סופר איז יעצט אן ליין.
אפשר קען דער גרויסער פיקח ענטפערן.
נו, רבי שלום אפשר קענסטו אונז לייזן אונזערע שאלות אן ליין. (איך וועל דיר סקענען מיינע שאלות...)
רבי ישראל חיים מנשה דער גרויסער לוזער. קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט. ער איז אפגעפרעגט ביי טויזנטער און טויזנטער סאטמארער חסידים. געווענליך ווען א רב אדער דיין ווערט עלטער ווערט ער מער רעספעקט און געשעצט. דא ביי אונזער פאל איז להיפוך. ער איז אן אויסגעשפילטער אפגעזעהן ווער עס האט אים ממנה געווען. בלויז איין דוגמא, ער האט גע'אסר'ט דעם 'בלאט' און בלויז עטליכע פיס אוועק פון זיין הויז אויף ראסס סטריט קארנער לי עווניו פארקויפט מען דעם בלאט אין די מאסן.
_________________
אזא טפשות.
רביה"ק בעל ויואל משה האט געשריגן אין ארץ ישראל אז מטאר נישט גיין צו די בחירות, און מיליאנען אידישע קינדער, שומרי תורה ומצוות פייפען אים אן.
שור, ביסט טאקע אזא טיפש.
אז די שקצים פייפן אן דעם פסק פון מרן רביה"ק בעל בירך משה איז עס א פאטש פאר וועמען?
פאר'ן רבי'ן זצ"ל, אבער פאר די משכיל'ישע ארונים. מיט זייער טריפה'נעם ראשקעבאה"ג?
יא,
אידעלע.
איך זעה אז די ענטפערסט עפעס נישט, איך האב דיר פריער געשריגן אז:
די רעדט פון דעפרעשאן ווייל די ווייסט אז די בית דין לעניני כשרות וואס סאטמאר האט מייסד געווען, שמ'ט איבעראל.
די פלאצט אז אריזאנא ווייץ איז געווארן אויפגעכאפט, טראצדעם וואס ענקער ראב"ד און אנדערע זענען דערקעגן.
די פלאצט אז די קרית יואל'ער שחיטה איז די אמערסטן מהודר'דיגסטע אויפן כדור הארץ.
די פלאצט אז מרן רבינו שליט"א איז עומד בראש פון אלע ענינים פון כשרות, און איז בקשר מיט די גרעסטע רבנים און גאונים אין דור... און איגנארירט די פון די לישקע אויף קיעפ סטריט.
קענסט מיר ענטפערן...
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/03/2007 20:17:49
_________________
עס איז א פאטש פאר רבי ישראל חיים מנשה וועלכער האט בצלילת דעתו אונטערגעשריבן אן איסור אויפ'ן בלאט. ווען דער גערער רבי זאל אסר'ן דעם המודיע, וואלטן צוואנציג מיילן ארום ירושלים נישט געווען בנמצא קיין המודיע. ועוד, אלע נייטראלע מוסדות ווי,כולל שומרי החומות, רב טוב, פאפא, צעהלים, נייטרא, וויען, קרן עזר, ועוד אדווערטייזן אין 'בלאט' טראץ דעם איסור פונעם בית דין.
_________________
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/03/2007 20:18:32
_________________
1) צלילות דעתו... טיפיקעל ארוני חצוף והולך בערכאות.
דער בירך משה האט עס גע'אסור'ט, בכתב ובעל פה. און זיין פקודת קדשו פייפט זיין זון אן.
דאס הייסט א חצוף. דאס הייסט אן עזות פנים. דאס הייסט נישט אז די תורה איז חלילה באנקראט.
2) די אדווערטייזמענטס פון פאפא צעלים, נייטרא ועוד. איז פאלש.
איך גלייב נישט די בלאפערס קיין איין ווארט, קיין איין עד איז נישט ריכטיג. איך האב געזען כמה וכמה הכחשות אין דער איד, וואס צענדליגער מענטשן און קהלות האבן מפרסם געווען אז דער בלאט האט אריינגעלייגט זייערע מודעות אן רשות
שור, דו ברויכסט זיין צו נאאיוו, צו טראכטן אז נארמאלע מענטשן האלטן דעם בלאט פאר REAL. ס'איז פאני בלאני, שקר מיסודו פון דעקל צו דעקל.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/03/2007 20:19:58
_________________
איך שפיר דיין ווייטאג. דער בלאט איז היינט דער שופר פון שלומי אמוני ישראל. דער בלאט איז עומד על המשמרת אז די הייליגע שיטה פון ספר און חיבור הקדוש והטהור 'ויואל משה' זאל חלילה נישט פארגעסן ווערן.
_________________
עפעס ענטפערסטו נישט וועגן דעם איסור פונעם בירך משה
עפעס ביסטו שטים איבער די חוצפה פונעם ראשקעבאה"ג אנצופייפן זיין טאטען?
הא? שור?
ביסט איינגעשלאפן?
אין כאן לא איסור ולא חרם פונעם ברך משה זכותו יגן עלינו. ווער עס האט מיטגעהאלטן דעם שמועס צווישן ברך משה און ש. פערלשטיין אויף די קאסעטע וואס איז ארויסגעפאלן פון פערלשטיינ'ס הויזן אין פאיע מקוה, איז איבערגעצייגט אז די אלע איסורים און בריוו זענען שקר און בלאף אויפ'ן העכסטן פארנעם.
_________________
WOW....
און דער איסור אויף בני יואל איז נישט שקר און בלאף אויפ'ן העכסטן פארנעם?
תיקון טעות גדול. צווישן ברך משה און 'להבדיל' ש. פערלשטיין
_________________
אידעלע, איבער דעם איסור אויף 'בני יואל' שיק א שליח צום מנחת יצחק, רבי משה אריה פריינד, רבי ישראל יעקב פישער, און אויך צו ר' יוסף שיינבערגער און ר' גרשון שטעמער זכותם יגן עלינו.
_________________
אלזא, וואס צייגסטו מיט דעם
אז אלע איסורים און חרמות זענען גארנישט מיט נישט.
נישט פון היינט. נאר נאך מיט 20 יאר צוריק... און ווער איז שולדיג דערויף אויב נישט דער ראשקעבאה"ג דיינער.
איך זאג, אז די צענדליגער טויזנטער לייענער פונעם 'בלאט' שיקן וועכנטליך א מעסעדזש פאר'ן פורים בית דין, אז מיר וועלן קיינמאל נישט מקבל זיין פאליטישע איסורים, אפגעזעהן צי איינער איז שוין א דיין 37 יאר.
_________________
שור, ביסטו אפשר דער ווארטזאגער פארן גרויסן דיין רבי ר' שלום'קע.
ווייל דיינע פסקים שמעקו פון זיין בעקעריי....
ביי די וועי הרב שור. (אפשר ביסטו גאר דער דיין אליינס. ווייל איך זעה אז זיין סמיילי ארבעט. (א סימן אז ער איז ONLINE)....
אפשר שיקן די מיליאנען אידן שומרי תורה ומצות וועלכע גייען צו די בחירות, דעם זעלבן מין מעסעדזש צום בעל ויואל משה, אז זיי אקצעפטירן נישט קיין פאליטישע איסורים?
די מיליאנען משתתפים בבחירות האבן קיינמאל נישט מקבל געווען קיין הוראה פון די אוסרי הבחירות. מה שאין כן די רבבות קוראי ה'בלאט וועלכע פלעגען אנפרעגען נישט פאליטישע שאלות ביים דיין אין די לעצטע 37 יאר , שיקן אים וועכנטליך א מעסעדזש אז פאליטישע פסקים זענען נישט אקצעפטירבאר ביי שלומי אמוני ישראל , אפגעזעהן ווער עס האט אים ממנה געווען.
_________________
די בני יואל זענען ג'אסר'ט פון רבינו הק' ''ברך משה'' זצוקלה''ה און דער ערשטער וואס ווידער געשפעניגט דעם איסור פאר שמוציגע פאליטיק איז דער ''בן יקיר וחביב'' ער האט געמיינט אז אזוי וועט ער זיך איין שאפן חסידים דער ווייל האט ער געגעסן פארשטינקענע פיש און מען האט אים פון דער שטאט ארויס געווארפן .
ומכאן אזהרה רבה צום דיין רבי שלום, אז ער זאל חלילה קיינמאל נישט ארויסגעבן קיין פאליטישן פסק אדער הוראה.
_________________
אזוי?
א רבן בישראל, זאגט אויף עפעס אז ס'איז כפירה ומרידה, ס'איז פון די שלוש שבועות און מ'פרעגט אים נישט. נישט מ 'פרעגט אים נישט. נאר ער איז געווען דארט רב. און כמעט יעדער פייפט אים אן.
און דאס איז גארנישט קיין פגיעה? נאר די פאר עזות פנימ'ער וואס ליינען דער בלאט, אין דעם זעסטו יא א מעסעדזש.
דעם מעסעזש וואס איך זעה איז קאלטע אפיקורסות פון דעם ראשקעבאה"ג וואס האט גערופן זיין טאטן בערכאות.
נאך עפעס זעה איך.
אז ווען זיינע שווענצלעך זענען נישט צופרידן מיט זיין הנהגה, זאגן זיי די זעלבע זאך. מיר וועלן נישט שטימען פאר זיין ליסטע. מיר וועלן שטימען פאר באנדא. מיר וועלן אים ווייזען אז מיר זענען נישט זיינע שווענצעלעך... וואס איז דאס? וועלכע מין מעסעדזש זעסטו אין דעם.
א פאליטישע - אדער א מעסעדזש פון באנקראט אדער גאר פון "בור כרה"
שור'לע זיי מסביר בטוב טעם.
אידעלע, דו רעדסט פון וואלן וואס גייט אמאל זיין. איך רעד פון היינט. כהיום איז דער דיין רבי ישראל חיים מנשה מופרך און אפגעפרעגט ביי טויזנטער סאטמארער חסידים צוליב זיינע פאליטישע פסקים.
_________________
פון וואלען ווילסטו נישט רעדן
איך פארשטיי פארוואס. דיין נישט רעדן, רעדט גאר גאר הויעך. דעמאלטס וועט מען זען וועלכע דיינים זענען אויסגעשפילט.
עס איז שוין געווען וואלן פאר גאב''ד ירושלים און דער ראב''ד הק' פון וומ''ס האט געוונען און געבליבן אין ווילי .
וואס טוט זיך מיט די וואלן אין קרית יואל וואס דו האלסט אין איין געווינען?
וויפיל מענטשן האבן איבערגעטרעטן דעם שוועל ביים דיין אום פורים? און וויפיל האבן איבערגעלאזט פורים געלט?
וואס איז דער פלאן? גייט רבי ישראל חיים מנשה אדער רבי שלום זאגען א שיעור כללי אין הלכות פסח? און אויב יא , ווען, וואו,?
_________________
געווען יעצט אויף א בר מצוה אין וויליאמסבורג און דער דיין רבי שלום איז שוין געזעסן אויבנאן.
_________________
איז מעגליך אז דער דיין רבי שלום שליט''א וועט אמאל זיין א קאנדידאט אויפן רבנות שטעלע פון ירושלים?
_________________
דער דיין רבי שלום שליט''א האט היינט אינדערפרי מוחה געווען אין בית המדרש המפואר אויף די בזיונות וואס מען האט גורם געווען פאר רח''ד קאץ פארגאנגענעם ליל שבת קודש אין בארא פארק, זאגענדיג ' לא זו הדרך '.
_________________