היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 14&49 - טענט אויפגעשטעלט לכבוד די באבובע יאהרצייט

14&49 - טענט אויפגעשטעלט לכבוד די באבובע יאהרצייט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2159011

the_mouse » 1/3/2007 02:36

חסידי באבוב רמ"ד האבן אויפגעשטעלט א מאסיווע געצעלט וואס זאל קענען ערהאלטן די טויזענטער באבובע חסידים וואס וועלן קומען מיטהאלטן די צווייטע יאהרצייט פין די באבובע רבי זצ"ל.

די יאהרצייט געפאלט אום פרייטיג אין די יארצייט טיש וועט פארקומען דאנערשטיק נאכט מוצאי התענית.



תוקן על ידי the_mouse ב- 01/03/2007 2:38:12

the_mouse » 1/3/2007 03:56

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

the_mouse » 1/3/2007 03:58

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

the_mouse » 1/3/2007 03:59

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

the_mouse » 2/3/2007 09:47

דאנערשטאג נאכט אור ליום י"ב אדר – איז די שאטער הענקי - פול געווען מפה אל פה פון טויזענטער חסידים, ביי די געדעקטע טישן און אויף די פיל שטאקיגע פארענטשעס, און אלעמענס אויגן איז אנגעוואנדן אויפן אויבן-אן צוקוקענדיג ווי כ"ק אדמו"ר שליט"א פראוועט די הילולא מיט גרויס התרגשות. וועלכע האט מיטגעצויגן דעם עולם אין א אומבאשרייבליכער התרוממות.

עס איז געווען אויפגעשטעלט א דריי לאנגע בימת הכבוד, וואו עס זענען געזעסן אדמורי"ם ורבנים פון אלע שיכטן און קרייזן

מיט שפאנונג האט עולם אויסגעהערט די פייערדיגע דרשה פון דעם ראש הקהל הנגיד ר' אייזיק דייטש וועלכע האט ארויסגברענגט – ווי אזוי האבן מיר אויסגעזעהן תענית אסתר תשס"ה  - און ווי שטייען מיר היינט תענית אסתר תשס"ז ?

 

ס'איז ליהודים היתה אורה שמחה וששון ויקר - עס איז היינט די פון שענסטע און געשעצטע חסידי'שע קהילות איבער די וועלט!

 

מיט בתי מדרשים און מוסדות בכל אתר ואתר!

בארא פארק – וויליאמסבורג- מאנסי – לאנדאן – ירושלים – בני ברק  ועוד

אונזער קהלה איז זיך צוואקסן צו א אימפעריא אין א קורצן צייט!

 

האט דער ראש הקהל געזאגט דאס קומט פון די כוח פון אלע אנשי שלומינו – וועלכע האבן זיך מאחד געווען - מיט א אמת'דיגן הייליגן רצון -  און מסירות נפש – אז "לזכר עולם יהי' צדיק" – אז דער נאמען פונעם בעל הילולא – זאל אייביג געדענקט ווערן – מיר וועלן קיינמאהל נישט מסיח דעת זיין – פון די דרכים וואס ער האט אונז מדריך געווען - און אז זיין הייליגע ירושה זאל ווייטער נמשך ווערן כרצון קדשו.    

_________________

the_mouse » 7/3/2007 02:04

מה נהדר הי' המראה - נתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

 



תוקן על ידי the_mouse ב- 07/03/2007 2:24:27

the_mouse » 7/3/2007 18:43

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________