היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברוך דיין האמת הנגיד ר' שמואל גאמבו ע"ה נפטר געווארן

ברוך דיין האמת הנגיד ר' שמואל גאמבו ע"ה נפטר געווארן

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2158174

שלוםגפנר1 » 27/2/2007 22:08

הנגיד ר' שמואל גאמבו בערך 50 יאר אלט איז געווען א גרויסער בעל צדקה געטיילט גרויסע געלטער פאר סלאבודקא לובלין און ויזניץ    א יאר צייט זיך נעבעך געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה די לויה איז היינט נאכט און בארא פארק

חיים_נחום » 27/2/2007 22:26

אוי וויי! ברוך דיין האמת, געווען א עכטער לב טוב, זיך ליידער זייער געמוטשעט מיט יסורים, חשובע קינדער. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ונשמע ונתבשר בשורות טובות אמן.

ביטע אויב איינער ווייסט פרטים וועגן די זמן ומקום הלוי' ווערט געבעטן צו מעלדן דא ווי אמשנעלסטן.

בשורות טובות.

חייםצדיק » 27/2/2007 23:05

7:30
פון בית מדרש ויזניץ 51st.

חיים_נחום » 27/2/2007 23:18

שכויח בשורות טובות.

שלוםגפנר1 » 27/2/2007 23:31

איך הער אז מטראגט אים קיין ארץ ישראל

yones69 » 28/2/2007 00:06

האט ער מנדב געווען א בנין ערגעץ?

שלוםגפנר1 » 28/2/2007 00:30

א נייע שטאק פאר הרב וואזנער ס ישיבה  אין בני ברק און אויך פאר סלאבאדקע א האלבע מיליאן דאללער איבערציבויען די דארמעטארי אין בני ברק