היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » Lost Data Help

Lost Data Help

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2155305

קאמענטאטאר » 23/2/2007 15:14

איך האב בטעות אויסגעמעקט א פייל אין מיין קאמפיוטער, און רעזולטאט קען איך נישט עפענען Microsoft Outlook, עס קומט ארויף ווי פאלגענד:

[בילד – נישט אפגעהיט]

מיין עיקר פראבלעם איז נישט דאס, ווייל איך נוץ ממילא נאר Outlook Express, די צרה איז אז Microsoft Outlook, איז געווען די וואס פלעגט Synchorizen מיט מיין אלטן Pocket PC, אזוי האב איך געהאט אלע contacts אין קאמפיוטער, און יעצט האב איך דאס אלעס פארלוירן, דער Pocket PC ליגט אין שאנק ליידיג, איך האב שוין לאנג אויסגעמעקט אלעס דערויף, און ס'איז מצפה לישועה,

וואס יא, איך האב א Full Data Backup אויף א SD Card פון די Pocket PC, אבער איך קען עס נישט סתם אזוי עפענען, אלזא איז מיין פראגע, איז פארהאן א וועג איך זאל קענען ריסטארן אלע מיינע אינפא. פון דעם בעקאפ פייל ?

ווען איך קליק דערויף קומט ארויף דער מעסעדזש אז ס'איז נישט פארהאן קיין פראגראם אין קאמפיוטער פאר דעם פייל, און די וועב סערוויס האט מיר געגעבן דעם פאלגענדן לינק:

http://www.dbase.com/

איז דאס די איינציגע וואס קען מיר (אויב ס'קען) העלפן ?  (איך בין נאך נישט זיכער אז ס'איז מיר ווערט דעם געפעפערטן פרייז פון $790.00).

תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 23/02/2007 15:18:05

verbeenich » 23/2/2007 17:38

פראביר דא
http://www.pcreview.co.uk/forums/thread-1898520.php

נעקסטיים מאך א גאאגל

אויב גייט עס נישט מיט פלעין גאאגל פראביר און גאאגל גראפס


verbeenich » 23/2/2007 17:42

דא האסטו א גאאגל

http://www.google.com/search?hl=en&q=msncon.dll

און דא האסטו א גאאגל גראאפס

http://groups.google.com/groups?hl=en&q=msncon.dll&ie=UTF-8&oe=UTF-8&um=1&sa=N&tab=wg

און אלץ עצה טובה פארלאז דיך נישט אויף א SD CARD ווייל עס ווערט אפגעווישט בין יום ובין לילה

קאמענטאטאר » 25/2/2007 18:42

א גרויסן ייש"כ, איך בין שוין כמעט געהאלפן, דהיינו Outlook עפענט זיך שוין ב"ה, אבער מיין פאקעט פי סי פייל איז נישט צום באקומען, ביים האלטן דעם קארסאר העכער דעם ווייזט עס א סקונדע דעם אינהאלט (tooltip) אז עס איז עטליכע מעגאבייט, וואס איז משמע אז ערגעץ ווי האט עס אינפארמאציע, אבער סיי די icon וואס איז ווי א אומבאקאנטע פייל, און סיי ווען איך עפן עס אויף, איז עס קאמפלעט ליידיג, אנע שום אינהאלט.

(btw "גוגעל גרופעס" איז פארשפארט ביי Jnet) 

[בילד – נישט אפגעהיט]