א הארבע קשיא צום הייליגן ארשעווער רב שליט"א, איך האב אויסגעהערט די גאנצע דרשה וואס איר האט געהאלטן במעמד כל חסידי ארשעווע (ביי אייך אין שטובל בינכם לבין עצמכם), ווי איר האט געהאלטן א פלאם פייערדיגע דרשה אקעגן די מינות וכפירה וואס אייער קאלעגע וואס רופט זיך דער רב פון די בני יואל (כלשונכם הקדוש) אין איר זענט מוחה נמרצות אויף זיין מינות וכפירה און בעט זיך ביי עם און האפט אז ער וועט תשובה טוהן, שטעלט זיך די קשיא, קודם כל מה היום מיומיים פארוואס ביי דעם דאזיגן מינות וכפירה פארלאנגט איר נאר תשובה צו טוהן און איר רעדט צו עם מיט אזא דרך ארץ און הכנעה און ביים סקול דיסטריקט וואס איז לדעתכם הקדושה אויך מינות וכפירה שרייט איר חי וקיים מיט אלע לשונות של גנאי אפשר רעדט איר צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויך מיט אביסל דרך ארץ און פארלאנגט ער זאל תשובה טוהן, וואס איז ער קען נישט אזוי פיל לערנען ווי (ר') מאיר יודל, ער איז נישט אזא ערליכער יוד ווי (ר') מאיר יודל, ער האט ניט אזויפיל חסידים ואוהדים ווי (ר') מאיר יודל, ער האט נישט אזוי פיל תלמידים ווי (ר') מאיר יודל, איז ער נישט אזא בנן של קדוים ווי (ר') מאיר יודל, קאמאן ארשיווער רב, פעיר איז פעיר, מינות וכפירה איז מינות וכפירה און אויב העלפט תשובה ביי (ר') מאיר יודל דאן העלפט תשובה ביי כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א,
צווייטענס, קען מען דען תשובה טוהן אויף מינות וכפירה, הפורש ממינות מיית (רח"ל) נו, ווי קענט איר איינעם באשולדיגן מיט מינות און פארלאנגן ער זאל תשובה טוהן, דאס איז דאך נישט מעגליך אויסער אז איר ווילט טאע פטור ווערן פון דעם אזוי גערופענעם בני יואל רב.