עס איז א שוידער וואס האט פאסירט!
און ראדני פלעגט ווי יעדער ווייסט יארן זיין א שוויץ וואס מען פלעגט ניצן נאר ערב שב"ק, עס איז געווען אפען פאר יעדעם און עס איז געווען אונטער השגחה, אזוי איז עס יארן אנגעגאנגען.
פאר א 3 יאר צוריק האט מען עס אפגעשפארט, צוליב דעם וואס עס האט דערלייגט אסאך געלט, 90 פארצענט מענטשן וואס האבן עס געניצט האבן נישט באצאלט קיין פעני דערפאר.
יעצט זענען די זאליס אויפגעקומען מיט א המצאה, זיי האבן פארדינגען די שוויץ פאר א פריוואטע קאמפאני, וואס גייט עס פירן און זיי זאלן טאן דערמיט וואס זיי ווילן, און אזוי ווי ביי עטרת בלעם וועלן זיי פאר יעדעם זאגן אז עס איז דא א קאנטראקט און אונז קען מיר גארנישט טאן.
די קאמפאני האט די לעצטע צייט געפענט די שוויץ קודם נאר יעדן מאנטאג און דארנערשטאג, אז ווען מען גייט ליינען די הייליגע תורה"ק זאל מען זיך קענען גוט מטמא און מטהר זיין פארדעם...
מען קען נאר אריין גיין אין שוויץ אז מען באצאלט פאראויס, זיי רעכענען אסאך געלט אריין צו גיין אין שוויץ, עס קומט אויס א 6 7 דאלער, עס איז געווארן א צוזאם לויפענישט פון אלע שקצים און חזירים פון די גאנצע שטאט, צוזאמען מיט די קווינס בויעס, זיצט מען דארט שעה'ן לאנג, און עס קומט דארט פאר שרעקליכע זאכן, וואס איז תסמר שערות אנוש רח"ל.
עסקנים וואס טוען אין עניני קדושה, צושאמען מיט די חשובע עסקנים וואס טוען פאר שוואכע בחורים, זענען ארום געלאפען וויינען פאר די דיינים אז עס ברענט א פייער, און עס איז רח"ל. האבן גערעדט צו טויבע אויערן, און דערווייל איז גארנישט געטאן געווארן.
די ציבור גרייט זיך צו א מלחמה כבידה צו שליסן די שרעקליכע אידישע בית זוהמה אין ראדני!
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 20/02/2007 0:50:32