היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וואס איז די קוואליפיקאציע פון א רבי'ן

וואס איז די קוואליפיקאציע פון א רבי'ן

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2149860

אבימלעבט » 15/2/2007 08:04

עס פרעגט זיך וואס מאכט א מענטש קוואליפיצירט צו זיין א רבי ?

עס זיינען דא גרויסע הייליגע רבי'ס וואס זיינען נישט קיינע תלמידי חכמים,

עס זיינען דא רבי'ס וואס זיינען נישט פרום,

עס זיינען דא רבי'ס וואס זיינען נישט קלוג,

עס זיינען דא רבי'ס וואס זיינען נישט גוט, און נישט קיינע בעלי חסד

סא וואס איז א חסידישע רבי?

_________________

קאמענטאטאר » 15/2/2007 15:37

קיין קוואליפיקאציע, בלויז מזל!



תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 15/02/2007 15:38:20

שמעק_טאביק » 15/2/2007 20:00

היינטיגע צייטן דארף מען נישט זיין מער ווי א גוטער שוי-שפילער. טאנצן, טיילן קוגל, זאגן שיינע תורה'לעך און בא'טעמ'טע שמועסן, א גוט ווארט דא און דארט, און דאס איז עס.

פארשטייט זיך מען מוז קענען "עפעס" לערנען צו זאגן תורה'לעך, אבער נישט קיין שבת שובה/הגדול דרשות וכדומה. קיינער פארהערט זיי נישט.

א באקאנט ווערטל איז דא: רבי'ס פירן אינדערוואכן א באנק און שבת טיש. דהיינו, רוב רבי'לעך טוען אין ריעל עסטעיט, האבן געלט, סיי פון די קוויטלעך און פון אנדערע דרכים, מ'פארט אויף וואקאציע עטליכע מאל א יאר זיך אפרוען (?) פון די עבודת הקודש (הלואי קען איך פארן כאטש איין מאל א יאר... איך ארבעט "טאקע" שווער).

עס איז שוין שווער היינט צו טרעפן אן אמת'ן ערליכן איד וואס מיינט עכ"פ רובו לשם שמים, עס זענען פארהאן ממש געציילטע, הגם עס זענען פאראן אזעלכע וואס ווילן טאקע אויפטון פאר אידישקייט, כאשט נישט די יראת שמים פלאקערט אין זיי, אבער דאך האבן זיי אן "אמביציע", און דאס איז בעסער ווי גארנישט, אפילו ער מיינט דאס בלויז פאר כבוד אדער אנדערע עניני גשמיים.

vnclesam » 25/2/2007 20:01

יחוס איז די איינציגסטע קוואליפיקאציע וואס מען ברויך.

מען קען זיין א ניקס און האבן טויזענטער חסידים פשוט ווייל ער איז געבוירן אין די משפחה.

דיפלאמאט » 25/2/2007 20:10

עס איז דא א ווארט אז העשירי יהיה קודש. דער בהמה איז א פשוטער בהמה, בן אחר בן פון דורות בהמות אבער פלוצים ווערט ער הייליג.

אבער פארוואס זענען דא אזויפיל טפשים וואס לויפן זיי נאך און רעדן זיך איין אז ער איז א יש, און קוויטלען זיך ביי אידן וואס קענען אפטמאל נישט ליינען גראד?