היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שקלים: רבינו שליט"א בבארא פארק

שקלים: רבינו שליט"א בבארא פארק

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2148340

yones69 » 12/2/2007 21:37

דעם שב"ק פרשת שקלים וועט רבינו שליט"א וויילן אין בארא פארק, און פראווענען די געהויבענע תפילות אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר 53 סט.

די תפילות ועריכת שולחנות וועט געפראוועט ווערן במעמד טויזענטער אנשי שלומינו.

זינטאג וועט פארקומען די גרויסארטיגע דינער לטובת די גולת הכותרת פון ממלכת סאטמאר, די הייליגע ישיבה גדולה תורה ויראה דרבינו יואל דסאטמאר, וואס געפינט זיך ביים ציון המצויינת פון מרנן ורבנן רבותינו הקדושים זי"ע.

trueonly2 » 15/2/2007 04:32

פארוואס גייט מען נישט פראווענען אין טענט ביי רבי מרדכי דוד ווי געפלאנט???

הא! ס'פאסט שוין נישט, עס שטייט דאך: אל יבוש מפני המלעיגים!

kleinekup » 15/2/2007 16:20

ווייל סאיז נאכנישט שבת פרה......

yones69 » 15/2/2007 18:30

די האסט פארגעסן.

די אהרונים דארפן אין בארא פארק דארפן נישט אנקומען צו ר' מרדכי דוד אין בארא פארק, דארטן האבן די אהרונים אלע בנינים בתי מדרשים תלמוד תורה בית רחל, וואס עס איז מער ווערט ווי אלע באבוב בנינים ר' בנציון און ר' מרדכי דוד אין בארא פארק.

די זאליס האבן דארטן איין זאך זיי דינגען ארמון טערעס פון ר' מרדכי דוד, וואס האט עס געדינגען פון א צווויטען, ר' מרדכי דוד מאכט א לעבן מיט די זאליס, די זאליס באצאלן א געפעפרטען פרייז פון 100 טויזנט דאלער רענט א יאר.

שורשנגח » 19/2/2007 00:11

עס איז געווען א מעכטיגער שב"ק, ווען אימער ביי די הייליגע טישן, ביי די תפילות איז געווען געפאקט מען האט זיך א ריר נישט געקענט טאן, די 12 שטאקעדיגע פארענטשעס איז געווען געפאקט.


איך וועל באלד שרייבן א פונקטליכער באריכט.

איין דורכפאל איז יא געווען אז אלע סאטמאר רבנים און אויך איבער 30 פרעמדע רבנים ווי ר' חיים לייב כ"ץ,  אברהם חיים שפיטצער, ר' משה מנחם ווייס, וכו' זענען געזיצען ביים גאנצן טיש, חוץ דער געוועזנער דיין חיים דוד כ"ץ איז נישט געווען.

עפשטיין » 19/2/2007 19:26

ער האט געהאט א שלום זכר ביי א אייניקל.

וואלט ער געקומען ווען נישט?

yones69 » 21/2/2007 20:12

האט דא איינער בילדער פון די באזיך פון רבינו שליט"א אין תלמוד תורה?